נומערן טעאריע א צווייג פון מאטעמאטיק וואס שטודירט די נאטירליכע צאלן.

אפטמאל אין נומערן טעאריע איז גאנץ גרינג צו פארשטיין דעם פראבלעם אבער גאר שווער צו לייזן. למשל, פערמאס לעצטער טעארעם, די גאלדבאך השערה (אז יעדע גראדע צאל גרעסער פון 2 איז דער סכום פון צוויי פרימצאלן) און נאך אזעלכע השערות.

וויכטיגע טעמעס אין נומערן טעאריע זענען:

צווישן די טעארעמען אין נומערן טעאריע זענען:

היסטאריע

נומערן טעאריע האט אנגעהויבן בליען אין אוראלט גריכנלאנד, ספעציעל די ארבעט פון פיטאגאראס, אוקלידוס און דיאפאנטוס. אויסגעצייכנטע ביישטייערער פון דער מאדערנער תקופה זענען פערמא, אוילער און גאוס.

אנווענדונגען

גוט באקאנטע אנווענדונגען פון נומערן טעאריע זענען פארשלעסלונג פון דאטן מעלדונגען און דאטן קאמפרימירונג.

עלעמענטארע נומערן טעאריע ווערט אויסגעלערנט אין דיסקרעטע מאטעמאטיק קורסן פאר קאמפיוטער וויסנשאפטלער.

  דער ארטיקל בנוגע מאטעמאטיק איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!