בענגאל טיגער

דער טיגער (panthera tigris; נקבה: טיגריכע) איז א זויגער פון דער קאץ פאמיליע. טיגערס זענען דער גרעסטער סארט קעץ, לאנג ביז 3.38 מעטער און מיט א געוויכט ביז 389 קילאגראם. זיי זענען זייער שטארק און טון באפאלן הערשן און בהמות. זיי קומען פון אזיע. זייער פעלץ איז אראנזש מיט שווארצע פאסן. יעדער איינציגער טיגער האט אנדערע שטרייפן וועלכע אונטערשיידט אים פון די אנדערע.

צוליב זיינע שיינע פעל און האר, טוט מען אים כסדר פאנגען. דערפאר איז זיין צאל שטארק רעדוצירט געווארן אין די לעצטערע יארן. אין אסאך לענדער זענען טיגערס אויף דער באדראעטע מינים ליסטע. אין כינע קען מען באקומען טויטשטראף פארן האנדלען מיט גלידער פון א טיגער.

סארטן

עס זענען פארהאן ניין סארטן טיגער'ס, וואס דריי דערפון זענען שוין גענצליך אויסגעראטן.

זיין פאפולאציע איז געששאצט אויף ארום 2.500.

  • דער "מאלאיאישער" טיגער וועלכע געפונט זיך בלויז אין זיד טייל פון דעם מאלאיאישן האלבאינזל. זיין פאפולאציע איז געשאצט ביי אונטער פינף הונדערט. ער איז דער קלענסטער סארט טיגער און דער נאציאנאלער סימבאל אין מאלאזיע.

הערשט אין 2004 האט מען אים קאטעגאריזירט אלס באזונדערער זגאל.

  • דער "סומאטרא" טיגער וועלכע געפינט זיך בלויז אינעם אינדאנעזישן אינזל סומאטרא. איר פאפולאציע איז געשאצט צו זיין צווישן פיר און פינעף הונדערט.
  • דער "סיבירישער" טיגער וועלכער געפונט זיך הויפטזעכליך אין סיביר. ער איז צווישן די גרעסטע טיגער'ס אויף דער וועלט. אין יאר 2005 איז איר פאפולאציע געווען 393.
  • "אינדוכינעזער" טיגער געפונט זיך אין קאמבאדיע, כינע, בורמא, טאילאנד, און וויעטנאם. זייער פאפולאציע ווערט געשאצט צו בלויז 350.
  • פון דעם דרום־כינע טיגער איז פארהאן די ווייניגסטע, איז צווישן די צען באשעפענישן וועלכע זענען אין גרעסטן געפאר אויסגעראטן צו ווערן.
  • ווייסער טיגער
  • פון די "באלי", "קאספישן" און "דזשאוואן" זענען שוין נישט פארהאן אויף דער וועלט.
  דער ארטיקל בנוגע ביאלאגיע איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!