א חומש סעודה איז א סעודה וואס מען מאכט ביי אידן ווען א אינגל ווערט אלט פינף יאר און הייבט אן לערנען חומש.[1] דער מנהג איז צו לערנען מיטן אינגל די ערשטע פסוקים פון ספר ויקרא.

דער מנהג פון מאכן א חומש-סעודה, איז גאר א אלטער מנהג, פון פארן קריג, און היינט צוטאגס, איז עס נאכאלץ א מנהג ביי אטייל משפחות ווען דאס קינד ווערט פינף יאר, אים ארויפשטעלן אויף א בענקל און פרעגן און ענטפערן די פראגעס און פארזאגן די פסוקים פון פ' ויקרא.

אבער די באנייאונג און דאס אוועקשטעלן אויף א גרויסן פארנעם, האט הרה"ח ר' חיים פריעד ע"ה, דער מחבר פונעם ערשטן א' ב' ספר - אלף בינה, וואס איז בכלל געווען א טאלאנטפולער און ענערגישער מחנך, און זייענדיג א אלטע בעלזער חסיד, און א שטארקע אנהענגער פונעם אלטן סקווערער רבין, ר' יעקב יוסף טווערסקי זצוק"ל, האט ער דאס געוואלט איינפירן אינעם סקווערער תלמוד תורה, ווי ער האט געדינט צענדליגע יארן אלס היסטארישער מלמד דרדקי.

דער אלטער סקווערער רבי האט זיך אויסגעדרוקט: טאקע א שאד, אזא שיינער מנהג זאל פארגעסן ווערן.. און פון דעמאלטס אן, האבן שוין אלע היימישע חדרים אנגעהויבן נאכמאכן דעם מנהג, און דאס ספעקטאקל פון דער 'חומש סעודה', איז היינט א היסטארישע צייט, ווען עלטערן, זיידעס און עלטער זיידעס, שעפן נחת פונעם אונטערוואקסנדן יודישן דור, על טהרת הקודש און הייליגע מסורה.

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!