א הוידלקע איז א זיץ וואס הענגט מיט קייטן אדער שטריקן; מען זיצט אויף אים און מען הוידעט הין און צוריק. ווען מען הייבט אן הוידלען קען עס גיין ווייטער א לענגערע צייט אויפן פרינציפ פונעם פאמפעדיקל. קינדער הוידען אלס פארוויילונג. פאר קלענערע קינדער מאכט מען דאס הוידלקע ארומגענומען כדי דאס קינד זאל נישט ארויספאלן. אין א שפילפלאץ געפינט זיך א רייע (אדער מערערע רייעס) הוידלקעס וואס הענגען פון א ראם געמאעט פון מעטאל אדער האלץ. א ערוואקסענער מענטש אדער א גרויס קינד קען באוועגן דאס הוידלקע אליין, אבער א קליין קינד דארף האבן עמיצן וואס הוידעט אים.

דער זיץ פונעם הוידלקע איז געמאכט פון פלאסטיק, האלץ אדער מעטאל. מען קען אפילו מאכן א הוידלקע פון א רייף וואס הענגט פון א שטריק.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!