דזשערי סיינפעלד

דזשערי סיינפעלד, אדער דזשעראם עלען סיינפעלד, איז א בארימטער אקטיאר, קאמיקער, און א סטענדאפיסט, געבוירן אין ניו יארק צו יידישע עלטערן, אויפן 29סטן אפריל 1954, אין ברוקלין, ער האט געווינען עטליכע פרעמיעס, פאר דער טעלעוויזיע סעריע, סיינפעלד.

זיין ארבעט האט ער אנגעהויבן, אין קליינע קלובן אין ניו יארק, און פון דארט האט ער פארגעזעצט די וועלט בארימטע סעריע, ווי ער לאכט אפ פון די איינרעדענישן פון דאס מענטשהייט. אזוי אויך האט ער פארעפנטליכט עטליכע ביכער, וואס זענען שטארק פאפולער.

ווי פריער דערמאנט, האט ער אנגעהויבן אין קליינע קלובן אין ניו יארק, נאכן פארענדיקן זיינע שטודיעס, פלעגט ער אויפטרעטן אין לאס אנדזשעלעס, דערנאך איז ער געווען גאסט אויף עטליכע נאכט פראגראמען, ווי דעיוויד לעטערמאן און אנדערע. אין יאר 1987 האט ער אנגעפאנגען מיט זיין אייגענער פראגראם.

ער און זיין שותף, לערי דעוויד, א איד פון ניו יארק, האבן צוזאמען געשריבן די סעריע, וואס לויט זיי איז עס געווען באזירט אויף גארנישט, און צוזאמען מיט די אנדערע קאסמא קרעמער, איליין בעניס, און דזשארדזש קאסטאנזא, אלע פיקטיווע כאראקטערן, ארויסגעגעבן די גרעסטע קאמישע סעריע, געשפילט צו ווערן אויף די אמעריקאנישע עקראנען.

היינט באשעפטיגט זיך סיינפעלד, מיט קליינע סטענדאפ אויפטרעטן, און קורצע רעקלאמעס, אויך איז ער געווען א שטימע אקטיאר פאר אנימירטע פראדוקציעס.

ער איז פארהייראט צו זשעסיקא סקלאר, און האט דריי קינדער.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!