רוי:זכריה באומל

ווערסיע פון 10:42, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
זכריה באומל

סערזשאַנט זכריה באַומל (17טן דעצעמבער 1960 — 11טן יוני 1982) איז געווען אַ זעלנער אין צה"ל וואָס איז געווען איינער פון די דריי ישראלישע מיליטער־לייט צוגערעכנט צו פאַרפאַלענע אין קאַמף (נעדרים) אין דער שלאַכט ביי סולטאַן יאַקוב דעם 11 יוני 1982 אין לבנון אין דער צייט פון דער ערשטער לבנונשער מלחמה. באַומל צוזאַמען מיט יהודה כץ און צבי פעלדמאַן זיינען פאַרכאַפּט געוואָרן דורך סירישער אַרמיי און זייער גורל איז געווען אומבאַקאַנט. זיין געביין האָט מען צוריקגעקערט קיין ישראל אין אַפּריל 2019, 37 יאָרן נאָך דער מלחמה.

ביאָגראַפיע

זכריה באַומל איז געבאָרן געוואָרן אין ברוקלין צו זיינע עלטערן, יונה און מרים באמל. ער איז געווען איינער פון דריי געשוועסטער, צוזאַמען מיט זיין ברודער שמעון און שוועסטער אסנה. [1]

ביזן עלטער פון 10 יאָר האָט באַומל זיך געלערנט אין דער ישיבת עץ חיים אין באָראָ־פּאַרק. אין 1970 האָט זיין משפּחה עולה געווען, און האָט זיך באַזעצט אין קריית חיים. אין ישראל האָט זכריה זיך געלערנט אין אַ מלוכישער רעליגיעזער שולע און נאַכער — אין דער ישיבה מדרשית נע"ם אין פּרדס חנה. נאָכן גראַדואירן פון דער ישיבה האָט באַומל אָנגעהויבן צו דינען אין דער מיליטער אין די ראַמען פון "ישיבת הסדר", וואָס האָט דערלויבט אים צו קאָמבינירן זיין דינסט אין אַ טאַנקען מיליטער מיט די שטודיעס אין ישיבת הר עציון. במשך דער דינסט האָט זיך באַומל דערדינט ביזן ראַנג פון קאָמאַנדיר פון טאַנק. [1]

אַז באַומל איז צוגערופן געוואָרן צו דינען אין דער לבנונשער מלחמה איז זיין מיליטער דינסט טערמין געווען נאָענט צום סוף. דאַמאָלס איז ער אָנגענומען געוואָרן אין העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים, וואו ער האָט געזאָלט אָנהייבן שטודירן פּסיכאָלאָגיע דעם קומעדיקן סעמעסטער. [1]

סולטאַן יאַקוב

צו דער צייט פון דער מלחמה האָט באַומל געדינט אין דער רעזערוויסטן בריגאַדע פון מיקי שחר. די בריגאַדע איז מאָביליזירט געוואָרן דעם 4טן יוני 1982 און האָט געזאָלט פירן דעם אָנגריף אויף סירישע כוחות, וואָס האָבן אָקופּירט סטראַטעגישע שאָסייען אין דרום לבנון. דער 362טער באַטאַליאָן אונטער דער פירונג פון עירא אפרון האָט באַקומען באַפעל אָנצוגרייפן אין דער ריכטונג פון דאָרף סולטאַן יאַקוב. [2][3] די קאָמאַנדירן האָבן אָפּערירט האָבנדיק אומפּינקטלעכע אויסשפּיר דאַטן, אַז די סירישע כוחות אין דעם ראַיאָן טרעטן אָפּ, און צו דער נאַכט פון 11טן יוני איז דער באַטאַליאָן אַריינגעפאַלן אין אַן אַרומרינגלונג פון סירישע קאָמאַנדאָס. אויף מאָרגן האָבן די טאַנקען נאָך דער שווערער קאַמף אָפּגעטראָטן. דער יוצא פּועל איז געווען 10 צעשטערטע ישראלישע טאַנקען, 20 זעלנער הרוגים און העכער פון 30 פאַרוואונדעט. דער 362טער באַטאַליאָן גופא האָט פאַרלאָרן אַכט זעלנער, דער גורל פון זעקס פון זיי איז געווען אומבאַקאַנט: דער עקיפּאַזש פון חזי שי'ס טאַנק: חזי שי, אריאל ליבערמאַן, זכריה באַומל און צבי פעלדמאַן, זוהר ליפשיץ און יהודה כץ פון ליפשיצעס עקיפּאַזש. חזי שי און אריאל ליבערמאַן און דער קערפּער פון זוהר ליפשיץ זיינען צוריקגעקערט געוואָרן אין אויסטוישן פון געפאַנגענע נאָך דער מלחמה. [3]

אַנטפּלעקונג פון זיין גורל

מדינת ישראל און די משפּחות פון זכריה באַומל, צבי פעלדמאַן און יהודה כץ האָבן במשך יאָרן ניט געהאַט קיין עדותן וועגן דעם, וואָס איז געשען צו זיי. נאָכן הסכם אָסלאָ האָט ישראל באַקומען אַ העלפט פון באַומלס זעלנער־זשעטאָן.[2]

אין אַפּריל 2019 האָט די ישראלישע מנהיגות דעקלאַרירט, אַז דער געביין פון באַומל איז געווען געבראַכט געוואָרן קיין ישראל ווי אַ רעזולטאַט פון אַ דיפּלאָמאַטישער אָפּעראַציע.[2] דער געביין פון עטלעכע ישראלישע זעלנער, איינער פון זיי דערקענט אַלץ קכריה באַומלס זיינען געבראַכט געוואָרן דורך רוסישער אַרמיי און איבערגעגעבן געוואָרן די פאַרטרעטער פון מדינת ישראל אין אַ מיליטערישער צערעמאָניע אין מאָסקווע.[4] דעם 4טן אַפּריל 2019 איז זכריה באַומל געבראַכט געוואָרן צו קבורת ישראל אין מיליטערישן בית הקברות אויפן הר הרצל אין ירושלים. 10 יאָר האָט יונה באַומל ניט דערלעבט ביזן טאָג פון זיין זונס צוריקקומען, אָבער אין זיין לעצטן וועג האָבן זכריה באַגלייט זיין מוטער, זיין ברודער און זיין שוועסטער.[5]

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 1.2 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Eitan
  2. 2.0 2.1 2.2 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען IDF
  3. 3.0 3.1 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Gilad
  4. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Avraham
  5. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען Nahshoni