רוי:זית רענן
זית-רענן איז אַ ייִדישער יישוב אינעם יישובים-בלאָק טלמונים-דולב. דער יישוב געהערט צום רעגיִאָנאַלן ראַט מטה בנימין און ווערט פאָרמעל באַטראַכט ווי אַ קוואַרטאַל פונעם דערבײַיִקן יישוב נריה. זית-רענן געפינט זיך אַן ערך 16 קילאָמעטער צום צפון-מזרח פון מודיעין און קרית ספר אויף דער הייך פון 620 מעטער איבערן ים-ניוואָ.
זית-רענן איז געגרינדעט געוואָרן אינעם חודש תמוז ה'תשס"א. זײַן נאָמען איז אים געגעבן געוואָרן אין אָנדענק פון הרב שלמה רענן, וועלכער איז געהרגעט געוואָרן דורך אַן אַראַבישן טעראָריסט אין חברון. אינעם יישוב וווינען אַרום 20 משפחות. זיי אַלע געהערן צום נאַציִאָנאַל-רעליגיִעזן סעקטאָר. 2 משפחות וווינען אין סטאַציִאָנערע געבײַען, די איבעריקע – אין קאַראַוואַנען. אין זית-רענן איז דאָ אַ שול און אַ שווים-באַסיין.
לעבן זית-רענן געפינט זיך די נאַטור-רעזערוואַציע דולב.
וועבלינקען
- זית-רענן אויפן וועבזײַטל פון יש"ע-ראַט (אויף העברעיש)