טעקע:USHPIZIN.jpg
איין סצענע פון פילם וואו שולי ראנד פראוועט התבודדות

אושפיזין איז א פילם וואס מאלט אראפ דעם לעבנסשטייגער פון א ברסלבער חרדישער בעל תשובה קינדערלאזער איד אין ארץ ישראל, און וואס ער האט מיטגעמאכט במשך פון איין יום טוב סוכות.

דער נאמען פונעם פילם, אושפיזין, איז געגעבן נאך די אומגעבעטענע און אומגעוואונטשענע געסט וואס קומען אן אויף יום טוב ביים הויפט כאראקטער אין די סוכה. די געסט, נידעריגע עלעמענטן אנטלאפענע פון א ישראל'ישע טורמע, דרייען אים איבער דעם יום טוב און מאכן א טומל אינ'ם חרד'יש, חסיד'ישן געגנד. און דאס איז זיין נסיון, זיך נישט אויפצורעהגן אויף זיי און האבן סבלנות.

מערקווירדיגקייט

דער פילם איז א היסטארישער דערפאר וואס עס האט גענוצט עכט חרד'ישע אידן צו שפילן אין פיל סצענעס. דער פילם פרואווט צו ערצייגן אויף א הומאניסטישער אופן דאס לעבן פון א רעליגיזע איד און זיינע ראנגלענישן מיט גאט, זיינע דאגות פון פרנסה, און זיין אינספירירנדע אמונה פשוטה.

דער דירעקטאר פון דעם פילם, גידי דאר, איז א ישראל'ישער פרייער איד. זיין הויפט פראדוצירער און שפילער איז שולי ראנד, א פרומער בעל תשובה וואס איז אמאל געווען א פרייער גרויסער אקטיאר. די צוויי זענען געווען אלטע פריינט און קאלעגן און האבן צוזאמען אויסגעארבעט דעם געדאנק פונעם פילם. דער דירעקטאר האט ארויסגעוויזן גאר שטארקע סענסיטיווקייט צום לעבנסשטייגער פון חרד'ישע אידן, און האט זיכער געמאכט אז דער פילם זאל נישט האבן קיין שמץ פון די אויסגעלאסנקייט וואס געפינט זיך אין אנדערע פילמס. צ.ב.ש. די צוויי הויפט שפילער, שולי ראנד מיט זיין ווייב -- וואס זענען מאן און ווייב אויך אין עכטן לעבן -- זעט מען קיינמאל זיך אפילו נישט צורירן.

צייגונג אין אמעריקע

דער פילם איז געוויזן געווארן אין אמעריקע צום ערשט ביים טרייבעקא פילם פעסטיוואל אין ניו יארק. דער דירעקטאר, גידי דאר, האט מסדר געווען אז עס זאלן זיין ספעציעלע ערטער אין דעם אודיטאריום וואס וועט נישט זיין געמישט מענער און פרויען אין פאל אז חרד'ישע אדער חסיד'ישע אידן וועלן זיך וועלן באטייליגן. ביי דער ענדע פון דער ערשטער צייגונג אין ניו יארק איז געווען א "פראגן און ענטפערס" סעסיע ביי וועלכער גידי דאר, דער דירעקטאר, און שולי ראנד מיט זיין ווייב, די הויפט שפילער, האבן זיך באטייליגט.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!