רוי:זכריה וואלערשטיין

ווערסיע פון 23:10, 23 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "{{דעסקריפציע||}}" ב־"")

זכריה שמעון הכהן וואלערשטיין איז געווען א מגיד און א עסקן פון פלעטבוש, ניו יארק. ער האט אויפגעשטעלט דעם מוסד "אור נאוה" פאר בחורים און מיידלעך וועלכע דארפן ספעציעלע קירוב.

ביאגראפיע

ער איז געווען וועלט בארימט מיט זיינע אינספירירנדע דרשות וואס ער האט געגעבן אויף א לייכטן געשמאקן וועג וואס האט אפעלירט צום ברייטן ציבור. ער איז גערופן געווארן איבער דער וועלט געבן דרשות, און זיינע שיעורים זענען פארשפרייט געווארן דורך תורה עניטיים.

די לעצטע דרייסיג יאר האט ער אויפגעטאן גאר אסאך אינעם פעלד פון חינוך, וואו ער האט אויפגעטון א געוואלד פאר הרבצת התורה, קירוב רחוקים און קירוב קרובים.

ווי אויך האט ער געגרינדעט און אנגעפירט א רייע ארגאניזאציעס און אינסטיטוציעס צוצושטעלן הילף פאר די נשים צדקניות.

ער איז געווען פון די ערשטע היימישע רבנים און עסקנים ארויסצוקומען געבן שטיצע פאר יוגנטליכע מיט דראג, אביוז און אנדערע אדיקציעס.

ער איז נפטר געווארן א אייר ה'תשפ"ב, אין יונגען עלטער פון בלויז 64 יאר נאכ'ן זיך מוטשן מיט דער ביטערער מחלה ל"ע. ער איז געקומען לקבורה אויף דעם בית עלמין "ארץ החיים" אין בית שמש.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!