רוי:זיבן יעריגער קריג

ווערסיע פון 06:01, 24 מערץ 2015 דורך YI>Dexbot (Removing Link GA template (handled by wikidata))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

דער זיבן יעריגער קריג (1756-1763) איז געווען א גרויסער קריג צווישן פרייסן און דעם פאראייניגטן קעניגרייך פון איין זייט און עסטרייך, פראנקרייך, רוסלאנד, שוועדן און זאקסאניע פון דער צווייטער זייט. די פעלקער האבן זיך צעשלאגן איינס מיט אנאנד סיי אין אייראפע און סיי אין די קאלאניעס. במשך די זיבן יאר זענן געהרגעט געווארן פון 900,000 ביז 1,400,00 מענטשן.

דער קריג האט אויסגעבראכן ווען פרידריך דער גרויסער פון פרייסן האט זיך ארײַנגעריסן אין סאקסאני.

נאכן קריג איז געווארן א סוף צו פראנקרייך'ס פאזיציע אלס א גרויסער קאלאנינאלער מעכט אינעם אמעריקאנער קאנטינענט, און זי איז אויך געבליבן שוואך אין אייראפע ביז דער פראנצויזישער רעוואלוציע.