רוי:זארגעהירזש

ווערסיע פון 14:45, 30 סעפטעמבער 2020 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
זארגעהירזש
[[image:{{{2}}}|250px|]]
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
קעניגרייך: פלאנצן
אָפטייל: Magnoliophyta
קלאַס: Liliopsida
סדר: Poales
פאַמיליע: Poaceae
מין: זארגע
זגאַל: S. bicolor
L. מאענך
בינאמינאלישער נאמען
Sorghum bicolor

זארגעהירזש (באטאנישער נאמען Sorghum bicolor), ברייט גערופֿן זארגע, איז אַ מין גראָז קולטיווירט פֿאַר זייַן קערל, וואָס ווערט געניצט פֿאַר עסנוואַרג פֿאַר מענטשן, שפייז פאר בעלי חיים און עטאַנאָל פּראָדוקציע. זארגעהירזש קומט אורשפרינגלעך פֿון אפריקע, און ווערט איצט ברייט קולטיווירט אין טראפישע און סובטראפישע ערטער. ה איז דער וועלט'ס פינפט-מערסט וויכטיק קאַשע גערעטעניש נאָך רייַז, ווייץ, קוקוריזע און גערשטן, מיט 59,34 מיליאן מעטרישע טאָן פון יערלעך גלאבאלער פראָדוקציע אין 2018.[1] . S. bicolor איז טיפיש אַ יערלעכער פֿלאנץ, אָבער עטלעכע קולטיוואַרן זענען פֿיל־יאריק. ער וואקסט אין קלומפן וואָס קענען דערגרייכן א הייך מער ווי 4 מעטער. דאָס קערל איז קליין, צווישן 2-4 מ״מ אין דיאַמעטער.

די פֿירנדיקע פראָדוצירער פון S. bicolor אין 2011 זענען געווען ניגעריע, (12.6%), אינדיע (11.2%), מעקסיקע (11.2%) און די פאַראייניקטע שטאַטן (10.0%).[2] זאָרגעהירזש וואַקסט אין אַ ברייטער קייט פון טעמפעראַטורן, הויכע הייכן און גיפֿטיקער ערד, און קענען צוריקוואקסן נאָך א לענגערן טריקעניש.[3]

רעפערענצן