רוי:ווערגיל
פובליוס ווערגיליוס מאַרא (לאטייניש: Publius Vergilius Maro; 15טן אקטאבער 70- - 21סטן סעפטעמבער 19-), באקאנט ווי ווערגיל,[1] איז געווען א דיכטער אין אוראלט רוים. ער ווערט גערעכנט פון די גרעסטע רוימישע דיכטער. ער האט געשריבן דריי הויפט ליטערארישע ווערק, איינע פון זיי די עפישע פאעסיע וועגן איניעס אין צוועלף ביכער.
לעבנסגעשיכטע
ווערגיל האט שטודירט מעדיצין און אסטראנאמיע אין רוים, אבער ער האט זיי איבערגעלאזט פאר פילאסאפיע.
ווערגיל האט געהאט א השפעה אויף דעם איטאליענישן דיכטער פון דעם מיטל־אלטער, דאנטע אליגערי.
רעפערענצן
- ↑ ניסן מינדל, שמועסן מיט קינדער און יוגנד 10, 203. "דער רוימישער פאעט ווערגיל (געשטארבן אין יאר 19 פאר דער געוויינלעכער צייטרעקענונג, ד. ה, ארום 90 יאר פאר דעם חורבן בית-שני) איז געווען דער ערשטער רוימער וואס האט דערמאנט דעם פערסיק."
ֿ