רוי:וועקסלשטראם
אַ וועקסלשטראָם (ענגליש: alternating current AC) איז אַן עלעקטרישער שטראם וואָס זיין גרייס און ריכטונג בייַטן זיך שטענדיג, אנדערש פון גלייכשטראם, וואו די עלעקטראנען גייען כסדר נאר אין איין ריכטונג. דאס הייסט אַז ביי וועקסלשטראם טוט די ריכטונג פון דעם שטראם אין אַ קרייַז זיך דרייען הין און צוריק כסדר.
די געוויינטלעכע כוואליע-פארעם פון אַן AC מאַכט קרייַז איז אַ סינוס כוואַליע, ווייַל דאָס פירט צו דער מערסט עפעקטיווע טראַנסמיסיע פון ענערגיע. אָבער, אין געוויסע פּראָגראַמען טוט מען ניצן פאַרשידענע כוואליע-פארעמען, אַזאַ ווי דרייעקיגע אָדער קוואַדראַט כוואליעס.
די ריכטונג פון דעם שטראם בייט זיך 50 מאל (אדער 60 מאל) א סעקונדע. דאס פאסירט אזוי גיך אז מען קען נישט דערקענען, און א לאמפ ברענט אן א הפסק.[1]
רעפערענצן
- ↑ Alternating current. דערגרייכט דעם 24סטן מיי 2012.
זעט אויך
- גלייכשטראם
- עלעקטריק