רוי:ווענוס

ווערסיע פון 22:24, 2 פעברואר 2022 דורך YI>Kwamikagami
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
ראַדאַר בילד פון ווענוסנס אייבערפלאַך

ווענוס (ענגליש: Venus; סימבאל: ♀) איז דער צווייטער נענטסטער פלאנעט צו דער זון; זײַן אָרביט דויערט 224.7 ערד טעג.[1] אחוץ דער לבנה איז ער דער ליכטיגסטער אביעקט אינעם נאכט הימל, מיט א גרייס 4.6-, און מען קען אים אמאל זען אויך בייטאג.[2] קוקנדיג פון דער ערד איז ווענוס קיינמאל נישט צו ווײַט פון דער זון—נישט מער ווי 47.8º. ווענוס האט די לענגסטע ראטאציע־תקופה (243 טעג) פון אלע פלאנעטן אין דער זון-סיסטעם און דרייט זיך אין דער פארקערטער ריכטונג צו אנדערע פלאנעטן (ד״ה אז די זון וואלט אויפגעגאנגען אין מערב און פארגאנגען אין מזרח).[3] ער האט נישט קיין נאטירלעכע סאטעליטן.

ווענוס איז אן ערדישער פלאנעט און ווערט אמאל גערופן דער "שוועסטער פלאנעט" פון דער ערד אזוי ווי זיי ביידע האבן ענלעכע גרייס, מאסע, ווייטקייט פון דער זון און צוזאמענשטעל. ער איז אבער גאנץ אנדערש פון דער ערד אין אנדערע פרטים. ער האט דער געדעכטסטן אטמאספער פון די פיר ערדישע פלאנעטן, וואס באשטייט פון מער ווי 96% קוילן זייערס. דער לופטדרוק ביים אייבערפלאך פון ווענוס איז 92 מאל אזוי פיל ווי אויף דער ערד, אומגעפער דער דרוק 900 מעטער אונטער וואסער אויף דער ערד. ווענוס איז דער גאר הייסטער פלאנעט אין דער זון־סיסטעם, מיט א דורכשניט אייבערפלאך טעמפעראטור פון ‏735 K (462 °C), כאטש מערקור איז נענטער צו דער זון. ווענוס איז באדעקט מיט א מאַטער שיכטע פון אפשפיגלדיקע וואלקענעס פון שוועבל-זייערס, וואס פארמיידט זען זיין אייבערפלאך פון דעם קאסמאס מיט ליכט. דער אייבערפלאך פון ווענוס איז א טרוקענער מדבר, מיט שטיינער דא און דארט; פון צייט צו צייט ווערט דער אייבערפלאך געענדערט דורך וואולקאניזם.

ווענוס איז איינער פון די העלסטע אביעקטן אין דעם הימל, און מען האט א סך געשריבן וועגן אים אלס מארגנשטערן און נאכטשטערן. ווענוס איז געווען דער ערשטער פלאנעט וואס זיינע באוועגונגען אריבער דעם הימל האט מען מארקירט, שוין אין דעם צווייטן יארטויזנט פאר דער ציווילער רעכענונג (בערך יאר ב׳ש׳).[4]

אזוי ווי ווענוס איז דער נענטסטער פלאנעט צו דער ערד, איז ער געווען אן ערשטראנגיקער ציל פאר פריען צווישן־פלאנעטישן אויספארשונג. ער איז געווען דער ערשטער פלאנעט אינדרויסן פון דער ערד וואס א קאסמאס־שיף האט באזוכט (Mariner 2 אין 1962), און דעם ערשטן אויף וואס מען האט געלאנדעט דערפאלגרייך (דורך Venera 7 אין 1970). ווענוסנ׳ס דיקע וואלקענעס מאכן אבזערוואציע פון זיין אייבערפלאך אוממעגלעך אין זעבארער ליכט, און די ערשטע פרטימדיקע מאפעס זענען נישט ארויסגעקומען ביז Magellan orbiter איז אנגעקומען אין 1991.

פיזיקאלישע אייגנשאפטן

 
גרייס פארגלייך מיט ערד-פלאנעט

ווענוס איז איינער פון די פיר ערדישע פלאנעטן אין דער זון־סיסטעם, ד״ה אז ער איז א שטיינערנער קערפער ווי ערד. ער איז ענלעך צו ערד אין גרייס און מאסע to , און ווערט אפט געשילדערט ווי ערד׳ס "שוועסטער" אדער "צווילינג".[5] דער דיאמעטער פון ווענוס איז 12,103.6 ק״מ—נאר 638.4 ק״מ ווייניגער ווי ערד׳ס דיאמעטער—און זיין מאסע איז 81.5% פון ערד׳ס מאסע. באדינגונגען אויפן ווענוס־אייבערפלאך זען גאר אנדערש ווי אויף ערד ווייל דער געדעכטער אטמאספער איז 96.5% קוילן זייערס, און רוב פון די איבעריגע 3.5% איז אזאט.[6]

געאגראפיע

אייבערפלאך געאלאגיע

אינעוועניגע סטרוקטור

אטמאספער און קלימאט

ווענוס האט א גאר געדעכטן אטמאספער וואס באשטייט פון 96.5% קוילן זייערס, 3.5% אזאט, און שפורן פון אנדערע גאזן, ספעציעל שוועבל דיאקסיד.[7] די מאסע פון זיין אטמאספער איז 93 מאל אזוי פיל ווי די מאסע פון דער ערד, און די דרוק ביי זיין אייבערפלאך איז אומגעפער 92 מאל אזוי פיל ווי אויף דער ערד—א דרוק וואס איז די גלייך פון א טיף פון נאנט צו 1 קילאמעטער אונטער דער ערד׳ס אקעאנען. די געדעכטקייט ביים אייבערפלאך איז 65 ק״ג/מ3, 6.5% פון דער געדעכטקייט פון וואסער אדער 50 מאל אזוי געדעכט ווי דער ערד׳ס אטמאספער ביי א טעמפעראטור פון (293K (20 °C; 68 °F ביים ים־פלאך.

מאגנעטישע פעלד און הארץ

ארביט און ראטאציע

 
ווענוס ארביטירט די זון מיט א דורכשניטלעכן דיסטאנץ פון אומגעפער 108 מיליאן קילאמעטער  (בערך 0.7‏ AU) און דערגאנצט אן ארביט יעדע 224.7 טעג. ווענוס איז דער צווייטער פלאנעט פון דער זון און ארביטירט די זון 1.6 מאל (געלער שפור) אין ערד׳ס 365 טעג (בלויער שפור)

ווענוס אריטירט די זון ביי א דיסטאנץ פון אומגעפער 0.72 AU (‏108 מיליאן ק״מ), און מאכט א גאנצן ארביט יעדע 224.7 טעג. כאטש אלע פלאנעט-ארביטן זענען עליפטיש, איז ווענוס׳נס ארביט דער נענטסטער צו ממש קייליכדיק, מיט אן עקצענטריסיטעט פון ווייניגער ווי 0.01.[8] ווען ווענוס ליגט צווישן דער ערד און דער זון אין אונטערער קאניונקציע, מאכט עס דעם נענטסטן צוגאנג צו דער ערד פון נארוועלכן פלאנעט מיט א דורכשניטלעכן דיסטאנץ פון 41 מיליאן ק״מ.[8] דער פלאנעט דערגרייכט אן אונטערע קאניונקציע יעדע 584 טעג, אין דורכשניט.[8]

די אלע פלאנעטן אין דער זון־סיסטעם ארביטירן די זון אין א קעגנזייגערדיקער ריכטונג קוקנדיק פון איבער דער ערד׳ס צפון פאלוס. רוב פלאנעטן דרייען זיך אויף זייער אקס אויך אין א קעגנזייגערדיקער ריכטונג; ווענוס, אבער, דרייט זיך זייגערדיק אין א רוקלויפיקער באוועגונג איין מאל אין 243 (ערד) טעג —די פאמעלעכסטע ראטאציע פון אלע פלאנעטן. אזוי ווי די ראטאציע איז זייער פאוואליע, איז ווענוס כמעט אינגאנצן קיילעכדיק.[9] דערפאר איז א טאג אויף ווענוס (געמאסטן פון די שטערן) לענגער ווי א ווענוס־יאר (243 קעגן 224.7 ערד־טעג). דער עקוואטאר פון ווענוס דרייט זיך מיט א גיך פון 6.52 ק״מ א שעה אבער דער ערד׳ס עקוואטאר דרייט זיך מיט 1,669.8 ק״מ א שעה.[10] אין די 16 יאר צווישן די באזוכן פון די מאגעלאן קאסמאסשיף און ווענוס עקספרעס איז די ראטאציע פון ווענוס געווארן פאמעלעכער; יעדער ווענוס שטערן־טאג איז געווארן לענגער מיט 6.5 מינוט אין לויף פון דער צייט.[11] צוליב דער רוקלויפיקער ראטאציע, איז די לענג פון א זון־טאג אויף ווענוס א סך קערצער ווי דער שטערן־טאג, 116.75 ערד־טעג (קומט אויס דער זון־טאג אויף ווענוס איז קערצער ווי די 176 ערד־טעג פון דעם זון־טאג אויף מערקור).[12] איין ווענוס־יאר איז אומגעפער 1.92 זון־טעג אויף ווענוס.[13] פאר אן אבזערוואטאר אויפן אייבערפלאך פון ווענוס , בעגינט די זון אין מערב און זי גייט אראפ אין מזרח,[13] כאטש למעשה האט ווענוס געדעכטע וואלקענעס וואס פארמיידן זען די זון פון דעם פלאנעט׳ס אייבערפלאך.[14]

ווענוס האט נישט קיין נאטירלעכע סאטעליטן (לבנות).[15]

רעפערענצן

  1. ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען nasa_venus
  2. Walker, John. "Viewing Venus in Broad Daylight". Fourmilab Switzerland. Retrieved 19טן אפריל 2017. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  3. Castro, Joseph (‏‏3טן פעברואר 2015). "What Would It Be Like to Live on Venus?", Space.com. דערגרייכט דעם 15טן מערץ 2018. 
  4. Evans, James (1998). The History and Practice of Ancient Astronomy. Oxford University Press. pp. 296–7. ISBN 978-0-19-509539-5. Retrieved 4טן פעברואר 2008. {{cite book}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  5. Lopes, Rosaly M. C.; Gregg, Tracy K. P. (2004). Volcanic worlds: exploring the Solar System's volcanoes. Springer Publishing. p. 61. ISBN 978-3-540-00431-8.
  6. "אטמאספער פון ווענוס". The Encyclopedia of Astrobiology, Astronomy, and Spaceflght. Retrieved 29סטן אפריל 2007. {{cite web}}: Check date values in: |accessdate= (help) (ענגליש)
  7. Taylor, Fredric W. (2014). "Venus: Atmosphere". In Tilman, Spohn; Breuer, Doris; Johnson, T. V. (eds.). Encyclopedia of the Solar System. Oxford: Elsevier Science & Technology. ISBN 978-0-12-415845-0. Retrieved 12טן יאנואר 2016. {{cite book}}: Check date values in: |accessdate= (help)
  8. 8.0 8.1 8.2 ציטירן פאנטשער: אומגילטיגער <ref> טעג; קיין טעקסט נישט געשריבן פאַר רעפערענצן מיטן נאָמען fact
  9. Squyres, Steven W. (2016). "Venus". Encyclopædia Britannica Online. Retrieved 7 January 2016.
  10. Bakich, Michael E. (2000). "Rotational velocity (equatorial)". The Cambridge Planetary Handbook. Cambridge University Press. p. 50. ISBN 978-0-521-63280-5. {{cite book}}: Unknown parameter |chapterurl= ignored (|chapter-url= suggested) (help)
  11. "Could Venus Be Shifting Gear?". Venus Express. European Space Agency. ‏10טן פעברואר 2012. Retrieved 7 יאנואר 2016. {{cite web}}: Check date values in: |date= (help)
  12. "Planetary Facts". The Planetary Society. Archived from the original on 11 מיי 2012. Retrieved ‏20סטן יאנואר 2016. {{cite web}}: Check date values in: |access-date= and |archive-date= (help); Unknown parameter |deadurl= ignored (|url-status= suggested) (help)
  13. 13.0 13.1 "Space Topics: Compare the Planets". The Planetary Society. Archived from the original on ‏18טן פעברואר 2006. Retrieved ‏12טן יאנואר 2016. {{cite web}}: Check date values in: |access-date= and |archive-date= (help)
  14. Serge Brunier (2002). Solar System Voyage. Translated by Dunlop, Storm. Cambridge University Press. p. 40. ISBN 978-0-521-80724-1.
  15. Sheppard, Scott S.; Trujillo, Chadwick A. (July 2009). "A Survey for Satellites of Venus". Icarus. 202 (1): 12–16. arXiv:0906.2781. Bibcode:2009Icar..202...12S. doi:10.1016/j.icarus.2009.02.008.


די זון סיסטעם
 
 
די זון · מערקור · ווענוס · ערד · מאדים · צערעס · יופיטער · סאטורן · אוראנוס · נעפטון · פלוטאן · עריס
פלאנעטן · קארליק-פלאנעטן · לבנות: ערדיש · מארסיש · אסטערוידיש · יופיטעריש · סאטורניש · אוראניש · נעפטוניש · פלוטאניש · ערידיש
SSSBs:   מעטעארוידן· אסטערוידן (אסטערויד פאס) · Centaurs · TNOs (קויפער פאס/פארשפרייטער דיסק) · קאמעטן (אורט וואלקן)
זעט אויך אסטראנאמישע אביעקטן און דער זון-סיסטעמ'ס רשימה פון אביעקטן, סארטירט לויט ראדיוס אדער מאסע.
רשימה פון פּלאַנעטן