רוי:שלמה לארינץ

ישראלישער פאליטיקער
ווערסיע פון 02:52, 20 אקטאבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע: ישראלישער פאליטיקער)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
שלמה לארינץ
כנסת דעפוטאט
20 אויגוסט 195113 אויגוסט 1984
כנסות 2 - 10
5'טער פארזיצער פון פינאנץ קאמיטעט
28 יוני 197713 אויגוסט 1984
אנזיכטיקע אמטן

שלמה זלמן לארינץ (כ"א אדר ה'תרע"ח, 5טן מערץ 1918 - א' חשוון ה'תש"ע, 19טן אקטאבער 2009) איז געווען א כנסת דעפוטאט 33 יאר און פארזיצער פון דעם פינאנץ-קאמיטעט צווישן די יארן 19771984.

חברי הכנסת פון יהדות התורה זיצן אין דעם כנסת קאווע-שטיבל, שלמה לארינץ (צווייטער לינקס) נאוועמבער 1959

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן כ"א אדר תרע"ח אין בודאפעשטאונגארן צו רב יוסף אריה לארינץ, זון פון הרב יצחק לארינץ גאב"ד גרויס-אראס. אין די יארן 1933–1935 האט ער געלערנט אין דער פאפער ישיבה אין אונגארן ביי הרב יעקב יחזקיה גרינוואלד. אין סוף 1935 איז ער געפארן אין פוילן צו לערנען אין דער מירער ישיבה. דערנאך איז ער צוריקגעפארן אין אונגארן. פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה איז ער געווען טעטיג אין דער אומלעגאלע אימיגראציע ארגאניזאציע פון אגודת ישראל אין אונגארן.

ער האט געדינט אין דעם כנסת 33 יאר פונעם 30סטן יולי 1951 ביזן 23סטן יולי 1984 אלס א דעפוטאט פון דער אגודת ישראל פארטיי. דורכאויס זיין קאדענץ האט ער געארבעט אז מ'זאל געבן געלט פאר די תלמידים פון די ישיבות.

נאך זיין קאדענץ אינעם כנסת האט מען אים באשטימט פארזיצער פון דעם ראט פון דעם באנק פון מדינת ישראל, פון 1987 ביז 2003. זיין אונטערשריפט ערשיינט אויף אלע באנקנאטן פון יענע יארן. אין 1989 איז ער געווען איינער פון די וואס האבן אויפגעשטעלט די ליטווישע פארטיי דגל התורה.

צענדליגע יארן האט ער געוואוינט אין בני ברק. אין זיינע לעצטע יארן האט ער געוואוינט אין קרית מאטערסדארףירושלים. ער האט מקדיש געווען זיין צייט צו לערנען תורה, און האט ארויסגעגעבן א ספר פון חידושי תורה "מילואי שלמה". אויך האט ער פארעפנטליכט זיין אויטאביאגראפיע "במחיצתם של גדולי תורה" (2 בענדער).

משפחה

זיינע קינדער זענען:

  • הרב אריה יוסף - מחבר ספרי "האיר יוסף" וראש כולל בבני ברק
  • הרב יצחק, איידעם פון הרב יהודה אריה טרעגער - געווען א ר"מ אין קול תורה און גרינדער פון דער "בינת הלב" ארגאניזאציע.
  • די ווייב פון הרב חיים עוזר גורוויץ, ר"מ אין דער געיטסהעדער ישיבה
  • די ווייב פון הרב יהודה אריה שווארץ, רב אין בני ברק

רעפערענצן

מוסטער:פינאנץ קאמיטעט פארזיצער (ישראל)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!