רוי:קרנית פלוג

ישראלישע עקאנאמיסט
ווערסיע פון 02:49, 20 אקטאבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע: ישראלישע עקאנאמיסט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

 

ד"ר קַרנית פלוג (קאַרניט פלוג; געבוירן דעם 9טן יאנואר 1955) איז א ישראלישע עקאנאמיסט, און די אנפירערין פונעם באנק פון מדינת ישראל.

ביאגראפיע

פלוג איז געבוירן אין פוילן אין 1955 צו איר פאטער נח (הענריק) פלוג און איר מוטער דאראטא (טוגנדרייך). ווען זי איז געווען אלט דריי יאר איז זי ארויף מיט איר משפחה אין ישראל.[1] זי האט שטודירט עקאנאמיק אין דעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים. אין 1985 האט זי געענדיגט איר דאקטאראט אין עקאנאמיק אין קאלומביע אוניווערסיטעט, ניו יארק. אין 1984 איז זי געווארן אן עקאנאמיסט ביים אינטערנאציאנאלן געלטפאנד, און אין 1988 האט זי אנגעהויבן ארבעטן אינעם פארשונג אפטיילונג פונעם באנק פון מדינת ישראל.

אין יולי 2011 האט מען זי באשטימט וויצע־אנפירער פונעם באנק פון מדינת ישראל.[2] אנהייב יולי 2013, צוליב דער פענסיאנירונג פון סטענלי פישר פונעם אמט פון אנפירער פונעם באנק פון מדינת ישראל, האט מען זי באשטימט ממלא־מקום פון אנפירער.[3] אין אקטאבער 2013 האט מען באשלאסן צו באשטימען זי צום אמט פון אנפירערין פונעם באנק פון מדינת ישראל, די ערשטע פרוי צו ווערן באשטימט אין דעם אמט.[4]

זי רעדט פיר שפראכן - העברעיש, ענגליש, שפאניש און פויליש.[5]

משפחה

פלוג איז געהייראט צו פראפעסאר שאול לאך, הויפט פונעם קרייז פאר עקאנאמיק אינעם. זיי האבן צוויי קינדער.[1]

רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 טלי חרותי-סובר, "תקרת הזכוכית היא בתוכנו", אויף TheMarker‏, מערץ 7, 2013
  2. יהודה שרוני, צי וועלן מיר האבן אן אנפירערין?, מעריב, 4טן אפריל 2011 (העברעיש)
  3. זאב קליין, סוף עידן פישר: ממחר - פלוג מ"מ זמנית, אויף ישראל היום, 30טן יוני 2013
  4. נתניהו ולפיד החליטו: פלוג - הנגידה הבאה, אויף ynet
  5. יוסי גרינשטיין, הכלכלנית הבכירה שטיפסה לראש הפירמידה, מעריב, 21טן אקטאבער 2013


|}

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!