רוי:טשאלענדזשער קאסמאס שאטל
קאסמאס שאטל
קאָסמאָס שאַטל טשאַלענדזשער (ענגליש: Space Shuttle Challenger; דעזיגנירט OV-099) איז געווען די צווייטע קאָסמאָס שאַטל וואס NASA האט געבויט צו פליען צום קאָסמאָס. די שאַטל האט עקספּלאָדירט 73 סעקונדעס נאָך דעם וואָס זי האט אויפגעהויבן זיך פון קייפּ קאַנאַוועראָל דעם 28סטן יאנואר 1986. אַלע זיבן אַסטראָנויטן זענען אומגעקומען. די קראַך האט געשען ווייל אַ גומע רינג האט זיך נישט אויסגעברייטערט צו פילן אן אַ רוים אין איין פון די פאַרגיכערונג ראַקעטעס, צוליב דאָס קאלט וועטער.
די טשאַלענדזשער איז געהייסן נאָך אַ שיף פונעם קעניגלעך פלאָט וואָס האט אויסגעפאָרשט די פּאַציפישן און אַטלאַנטישן אָקעאַנען צווישן 1872 און 1876.
מאַנשאַפט
- פראַנסיס "דיק" סקאָבי (46)
- מייקל דזשאָן סמיט (40)
- דזשודיט רעזניק (36)
- עליסאָן אָניזוקאַ (39)
- ראָנאַלד מאַקנער (35)
- גרעגאָרי דזשאַרוויס (41)
- קריסטאַ מאַקאָליף (37), ערשטע לערערין אין קאָסמאָס
מיסיעס
# | דאטע | מיסיע | באמערקונגען |
---|---|---|---|
1 | 4טן אפריל 1983 | STS-6 | אפגעלאדן TDRS-1. ערשטע קאסמאס-גיין ביי א קאסמאס שאטל מיסיע. |
2 | 18טן יוני 1983 | STS-7 | אפגעלאדן צוויי קאמנויקאציע סאטעליטן. סאלי רייד ווערט די ערשטע אמעריקאנע פרוי אין קאסמאס. |
3 | 30סטן אויגוסט 1983 | STS-8 | אפגעלאדן Insat-1B. גויאן בלופארד ווערט דער ערשטער אפריקאנער-אמעריקאנער אין קאסמאס. ערשטע נאכט צעשיקונג און נאכט לאנדונג פון א קאסמאס שאטל. |
4 | 3טן פעברואר 1984 | STS-41-B | אפגעלאדן צוויי קאמוניקאציע סאטעליטן. די ערשטע קאסמאס-גיין אָן א קאַבל פארבונדן מיטן שאטל. |
5 | 6טן אפריל 1984 | STS-41-C | סערוויס מיסיע פארן סאלאר מאקס סאטעליט. |
6 | 5טן אקטאבער 1984 | STS-41-G | אפגעלאדן א סאטעליט צו מעסטן די שטראלונג פון ערד. ערשטע מיסיע מיט צוויי פרויען אינעם מאנשאפט. קאטרין די סאליוואן ווערט די ערשטע אמעריקאנע פרוי אויסצופירן א דרויסנדיקע אקטיוויטעט, און מארק גארנו ווערט דער ערשטער קאנאדער אין קאסמאס. |
7 | 29סטן אפריל 1985 | STS-51-B | געטראגן ספייסלאב-3. |
8 | 29סטן יולי 1985 | STS-51-F | געטראגן ספייסלאב-2. |
9 | 30סטן אקטאבער 1985 | STS-61-A | געטראגן די דייטשישע ספייסלאב D-1. |
10 | 28סטן יאנואר 1986 | STS-51-L | די שאטל האט עקספלאדירט ביים צעשיקונג און די זיבן אסטראנאטן זענען אומגעקומען. |
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!