רוי:פעטער

קורבה׳שאפט פון א ברודער אדער שוואגער פון טאטע־מאמע
ווערסיע פון 02:48, 20 אקטאבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע: קורבה׳שאפט פון א ברודער אדער שוואגער פון טאטע־מאמע)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

א פעטער (בּאַטשי אויף אונגאריש) איז א פאמיליע נאענטשאפט, וואס אזוי רופט מען איינע פון די עלטערן'ס ברודער אדער שוואגער. א שוועסטער אדער א שוועגערין פון אן עלטער רופט מען א מומע.

דעם זיידנ'ס ברודער, איז אן עלטער־פעטער.

דער באטרעפנדער איז א פלימעניק אדער א נעפע, און ביי א נקיבה א פלימעניצע אדער ניכטע.

יודישקייט

מען זיצט נישט שבעה אויף א פעטער אבער ער איז פסול לעדות.

אנדערע באנוצן

א רייכער מענטש קען מען אויך אנרופן מיטן נאמען פעטער, ווי עס גייט די סלענג ווארט אָנקל סעם אויף די אמעריקאנער רעגירונג.

פעטער קען אויך מיינען א דיקער, אדער פעשער מענטש, וואס דאן אויב מען זאגט עס קען עס זיין א באליידיגונג.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!