רוי:פראכטבאן

באן וואס טראנספארטירט פראכט
ווערסיע פון 02:48, 20 אקטאבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע: באן וואס טראנספארטירט פראכט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
א פראכטבאן אין ענגלאנד


א פראַכטבאַן איז א באן באן וואס ווערט גענוצט צו טראנספארטירן סחורה. פראכטבאנען זענען צוזאמענגעשטעלט פון פראכט־וואגאנען און (מערסטנס) לאקאמאטיוון וועלכע זענען ספעציעל אויסגעשטעלט פאר זייער באשטימטן באנוץ.

עס זענען אויך ספּעציעלע וואַגאָנען פאַר קאַנטיינערס, ריפרידזשערייטיד און וואגאנען צו פאַרנעמען סחורה ווי האָלץ, קוילן, און פליסיגקייטן ווי אויל און פיל מער. פראכט באנען וועלכע באשטייען בלויז פון איין סארט פור ווערן אנגערופן בלאק באנען.

בשעת די ערשטער און צווייטע וועלט קריג, זענען פראכט וואגאנען אָפט גענוצט געווארן צו ברענגען זעלנער צום פראָנט. אין דער צייט פון נאציאנאלע סאציאליזם אין דער צווייטער וועלט מלחמה, זענען אידן, קריגס געפאנגענע און צוואנג ארבעטער דעפארטירט געוואָרן צו די קאנצענטראציע און פארניכטונג לאגערן אויף פראכטבאנען. פראכט באנען זענען אויך גענוצט געווארן מאסנווייז אין סאוועטן פארבאנד אין דער צייט ווען דייטשע קריגס געפאנגענע און מיטגלידער פון סאָוועטישע פעלקער זענען דעפארטירט געוואָרן צו די שטראָף לאגערן אונטער סטאלין.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!