רוי:פיליפוס

זון פון הורדוס
ווערסיע פון 02:48, 20 אקטאבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע: זון פון הורדוס)
קעניגן און געוועלטיגער מבית הורדוס


פיליפּוס (נפטר געוואָרן אין 34) איז געווען דער טעטראַרך פון בשן. זיין פאָטער איז געווען דער מלך הורדוס און זיין מוטער – הורדוס'נס א ווייב קלעאָפּאַטרע פון ירושלים.

ער איז אויסגעוואַקסן אין רוים, ביים הויף פונעם רוימישן קייסער, ווי דאָס רוב זין פון דעם מלך הורדוס. נאָכן טויט פון זיין פאָטער אינעם יאָר 4 פאַר דער נייער צייטרעכענונג איז ער געוואָרן דער טעטראַרך פון בשן און האָט געהערשט דאָרט, זענענדיק אונטערטעניק אין די ערשטע יאָרן פון זיין הערשונג זיין ברודער ארקילאוס, דעם עטנאַרך פון יהודה. פיליפוס איז געווען באַקאַנט מיט זיין גוטן כאַראקטער און מיט זיין נטייה צו לעבן אין שלום מיט זיינע שכנים. פיליפוס איז געווען דער ערשטער ייִדישער הערשער, וועלכער האָט אויסגעשלאָגן מטבעות מיט פּאָרטרעטן פון רוימישע די קיסרים אויגוסטוס און טיבעריוס. דער טעטראַרך פיליפּוס האָט ניט געהאַט קיין קינדער. צוליב דעם נאָך זיין טויט אין 34 איז זיין טעטראַרכיע אַריבער אונדער דער הערשונג פון רוימישן פּראָקוראַטאָר און אין 37 איז זי איבערגעגעבן געוואָרן פיליפּוסעס אַ פּלימיעניק אגריפס דעם ערשטן, וועלכער איז געוואָרן דער מלך פון יהודה.

דרויסנדע לינקס

הורדוס הויז קעניגן און געוועלטיגער

יוליוס אגריפספיליפוסארכלאוסהורדוס


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!