רוי:סינאן

אטאמאנישער ארכיטעקט
ווערסיע פון 02:46, 20 אקטאבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע: אטאמאנישער ארכיטעקט)


קאצאַ מימאַר סינאַן אֵגאַ (אטאמאנישע טערקיש: خواجه معمار سنان آغا; מאדערנע טערקיש: Mimar Sinan; ‏15טן אפריל 1489 - 9טן אפריל 1588) איז געווען אן אטאמאנישער ארכיטעקט און ציווילער אינזשעניר. ער האט געארבעט פאר די סולטאנען סוליימאן דער ערשטער, סעלים דער צווייטער, און מוראד דער דריטער. בערך פופציג יאר האט ער געארבעט פאר דער אטאמאנישער אימפעריע, און געפלאנעוועט 500 געביידעס. מען צושרייבט צו אים דאס פלאנעווען דעם פראכטפולן שכם טויער אין ירושלים.

זיין מייסטערווערק איז דער סעלימיע מעטשעט אין עדירנע. זיין מערסטע בארימסטע ווערק איז דער סוליימען מעטשעט אין סטאמבול.

סעלימיע מעטשעט, געבויט דורך סינאן אין 1575. עדירנע, טערקיי.

לעבנסגעשיכטע

סינאן איז געבוירן געווארן אין 1489 אין א שטעט לעבן קייסערי אין אנאטאליע צו עלטערן וואס זענען געווען ארמענישע קריסטן.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!