רוי:מיכאל שניצלער

קעניג אין אידישע ניגונים
ווערסיע פון 02:43, 20 אקטאבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע: קעניג אין אידישע ניגונים)

מיכאל שניצלער איז געווען א חרדישער זינגער ביי חתונות אין חוץ לארץ.

מיכאל איז געבוירן בשנת תשכ"? צו זיין טאטן ר' זושא שניצלער, וועלכער איז געווען א מלמד אין דער סאטמארער תלמוד תורה אין וויליאמסבורג.

ער איז געווארן א יתום אלס בחור פארלירנדיג זיין טאטען וועלכער איז אוועק אין עלטער פון בלויז 49 יאר אלט, איבערלאזנדיג א שטוב מיט קינדער. מיכאל איז דאן געפארן לערנען קיין טאהש אין דער ישיבה פון דעם טאהשער רבי זי"ע. אלס בחור איז ער באקאנט געווארן אלס א גוטער אונטערהאלטער דורכ'ן שפילן א טאטע אויפ'ן באקאנטן שפיל "דער העלדישער סאלדאט", וואו ער איז שטארק באקאנט געווארן מיט זיין הארציגער שטימע.

נאך דער חתונה האט ער זיך באזעצט אין קרית יואל. דארט האט ער איינמאל געזינגען אויף א שמחת בית השואבה, וואו ער האט געהויבן דעם גאנצן בית המדרש אין דער לופט. דאן איז צוגעקומען צו אים איינער (א. ג. פון קרית יואל) און אים גערופן זינגען אויף זיין קינד'ס חתונה. מיכאל איז דאן אריינגעשלעפט געווארן אין דער וועלט פון זינגען און האט שוין ארויסגעגעבן אסאך קאסעטן, ספעציעל יודישע גראמען וואס ווערט צעכאפט זייער שנעל.

ער האט געוואוינט א שטיק צייט אין מאנסי און דאן אין סי געיט, היינט צוטאגס האט ער זיך באזעצט אין בארא פארק, דארט ער האט געוואוינט ביז זיין טויט.

זיין קאריערע האט צוגעפירט גרויסע זינגער בדחנים צו זייער היינטיגע גרויסקייט. ווי צום ביישפיל ליפא שמעלצער, פינקי וועבער, וואס האבן אנגעהויבן זייער קאריערע דורך מיכאל.

זיין די.ווי.די. - דער טאטע הערט, ווערט שוין היינט אויסגעשפילט אינעם פראגראם פון עירליינס ענטערטעינמענט, וואס באפרידיגט די רייזנדע מיט היימישע סחורה.

צווישן זיינע אלבומ'ס ציילן זיך:

דער ארטיקל בנוגע אידן איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!