רוי:יהושע פערלע

יידיש-שפראך שרייבער
ווערסיע פון 02:39, 20 אקטאבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע: יידיש-שפראך שרייבער)

 

יהושע פּערלע (1888, ראדעם - אָנהייב נאָוועמבער 1943 אָדער 1944, בירקענוי), איז געווען אַ פּראָדוקטיווער מחבר און איבערזעצער אויף אידיש.

לעבן און ווערק

קינדער־יאָרן און יוגנט

פּערלע איז געבוירן אין 1888 אין ראָדעם אין פוילן, אַ בן־יחיד מיט אַ סך האַלב־ברידער און האַלב־שוועסטער. דער טאַטע איז געווען אַ פּשוטער הייהענדלער. ביז צו זיין צוועלפטן לעבנסיאָר האָט ער זיך געלערנט אין חדר, נאָך דעם אין אַ רוסישער גימנאַזיע. אין 1904 האָט פּערלע געשריבן אַ ליד אויף רוסיש, וואָס ער האָט דעקלאַמירט אין גימנאַזיע צום טויט פון טעאָדאָר הערצל[1].

אין 1905 האָט ער זיך אַריבערגעצויגן קיין וואַרשע, וואוּ געאַרבעט ווי אַ חשבון־פירער אין אַ באַנק. דאָרטן האָט ער אָנגעהויבן צו שרייבן אונטער דער השפּעה פון י.ל.פּרץ און נח פּרילוצקי, וואָס האָט געפירט אַ ליטעראַרישן סאַלאָן און געהאָלפן פּערלע אַרויסגעבן זיין ערשטע דערציילונג, וואָס ער האָט צו ערשט געשריבן אויף רוסיש און שפּעטער איבערגעזעצט אויף ייִדיש. אין יענער צייט באַקענט ער זיך מיט שרה, מיט וועמען ער האָט שפּעטער חתונה. זייער זון לאָלעק ווערט געבוירן אין 1919[2]. פון 1908 אָן האָט פּערלע געשריבן בלויז אויף ייִדיש.

פּערלעס ליטעראַרישע שאַפונגען ביז צו דער צווייטער וועלט־מלחמה

פּערלע איז געווען אַ פּראָדוקטיווער שרייבער; ער האָט אַרויסגעגעבן דערציילונגען, ראָמאַנען, קריטישע עסייען און אַרטיקלען כּמעט אין אַלע ייִדיש־שפּראַכיגע צייטשריפטן אין פּוילן.

אין אָנהייב האָט פּערלע געשריבן סענטימענטאַל אויפן שטייגער פון שלום אַש. אין יענער תּקופה האָט ער געשריבן די דערציילונג "שבת", וואָס איז אַרויס אין נח פּרילוצקיס אַנטאָלאָגיע "דער יונגער גייסט" (1908).

אונטער דער השפּעה פון דער נאַטוראַליסטישער שטרעמונג פון יצחק מאיר ווייסענבערג האָט פּערלע ביסלעכווייז אַנטוויקלט אַ מער פּאַרזענליכן רעאַליסטישן סטיל. אין די נאַטוראַליסטישע ווערק האָט ער באַשריבן דאָס טאָגטעגליכע לעבן פונעם פּויליש־ייִדישן פּראָלעטאַריאַט, פון וועלכן ער אַליין געשטאַמט. היות ער האָט געאַרבעט ווי אַ באַנק־אָנגעשטעלטער, האָט ער געשילדערט געשטאַלטן פון דער ספערע פונעם באַנקוועזן, אַ נאָווענע אין דער ייִדישער ליטעראַטור, למשל, אין דער נאָוועלע "ניין אַ זייגער אין דער פרי" (1923), שפּעטער אַרויסגעגעבן אינעם באַנד אונטער דעם זעלבן נאָמען (1930)[3].

אין 1926 האָט פּערלע אָנגעהויבן שרייבן אַ סך סענסאַציאָנעלע דערציילונגען [4] פאַר "דער מאָמענט", וואָס ער פלעגט אונטערחתמענען ניט מיט דעם אייגענעם נאָמען נאָר מיט דריי שטערנדלעך (***).

די מלחמה־שריפטן[5][6]

אין אָנהייב פון דער צווייטער וועלט־מלחמה איז פּערלע מיט זיין זון און שנור אַנטלאָפן פון וואַרשע קיין לעמבערג, וואוּ עס איז געווען אַ גרעסערע גרופּע פון ייִדישע שרייבער. דאָרטן האָט ער פאַרברענגט אַ רואיקע צייט אַפילו אויב ער האָט זיך אָנגעטראָפן אויף פּראָבלעמען מיט דער סאָוועטן־מאַכט צוליב זיינע בונדיסטישע שריפטן. ווען די נאַציס זענען באַפאַלן דעם ראַטן־פאַרבאַנד, איז פּערלע צוריק קיין וואַרשע, וואוּ ער האָט זיך באַטייליקט אין וואַרשעווער געטאָ אין אומלעגאַלע קולטורעלע און שריפטשטעלערישע טעטיגקייטן צוזאַמען מיט יצחק שיפּער, הלל זיידמאַן, יצחק קאַצענעלסאָן אד"גל. עמנואל רינגעלבלום האָט אים אַריינגעצויגן צו שרייבן פאַרן אונטערערדישן געטאָ־אַרכיוו, "עונג־שבת"[7].

אין 1942 האָט פּערלע געשריבן "חורבן וואַרשע"[8], אַ טאָגבוך און אַ כראָניק וואָס שילדערט די גרויזאַמע איבערלעבונגען בעת דעם גרויסן גירוש אין זומער פונעם זעלביקן יאָר, ווען די נאַציס האָבן צוזאַמענגעטריבן און פאַרשיקט 260000 איינוואוינער פון געטאָ קיין טרעבלינקע. אָט דער דאָקומענט געהערט צו די וויכטיגסטע עדותשאַפטן בנוגע די גירושים אין געטאָ. "4580"[9] איז פּערלעס לעצטע באַקאַנטע שריפטשטעלערישע אַרבעט. דער טיטל פאַררופט זיך אויף די נומערן וואָס די איינוואוינער אין וואַרשעווער געטאָ האָבן באַדאַרפט כּדי צו באַקומען אַן אַרבעט אין די "שאַפּס" (וואַרשטאַטן אין געטאָ). די אַרבעט איז געווען דער איינציג מעגליכער מיטל אויסצומיידן די באַלדיקע פאַרשיגונג. פּערלע און זיין זון האָבן נאָך איבערגעלעבט דעם גירוש פון יאַנואַר 1943, אַריבערגעגאַנגען אויף דער אַרישער זייט פון וואַרשע מיט פאַלשע פּאַפּירן. אין אַפּריל האָבן זיי געהאַט אַ לעצטע האָפענונג צו אַנטלויפן פון פּוילן (האָטעל פּאָלסקי אַפערע)[10], אָבער פאָטער און זון זענען פאַרשיקט און אומגעבראַכט געוואָרן אין בירקענוי (1943 אָדער 1944).

אַחוץ "חורבן וואַרשע", "4580" און "ייִדן פון אַ גאַנץ יאָר" איז פּערלעס ווערק ביז אויפן היינטיגן טאָג קוים געפאָרשט.

ביבליאָגראַפיע

  • אונטער דער זון, וואַרשע: ברידער לעווין עפּשטיין און שותּפים, 1920
  • אין לאַנד פון דער ווייסל, וואַרשע: די צייט, 1922
  • זינד: נאָוועלן, וואַרשע: אַלט-יונג, 1923
  • ניין אַ זייגער אין דער פרי: נאָוועלן, ווילנע: קלעצקין, 1930
  • די גילדענע פּאַווע: ראָמאַן אין צוויי טיילן, טייל 1, וואַרשע: ליטעראַרישע בלעטער, 1937 (WorldCat)
  • גילגולים, וואַרשע: ליטעראַרישע בלעטער, 1939

פוסנאָטעס

  1. Perle, Yehoshue: Everyday Jews: Scenes from a vanished life. Edited by David Roskies. Translated from Yiddish by Maier Deshell and Margaret Birshteyn. New Haven: Yale University Press, 2007, p. VIII
  2. Perle 2007: p. IX
  3. Perle 2007: footnote 9
  4. שמערוק, חנה: לתולדות הספרות השונד ביידיש. אין: תרביץ נב, ב (תשמג). זז' 325-354
  5. דובר דפן, מאיה: יהושע פרלע: כתובים מתקופת המלחמה. אין: חוליות 11 (2008), זז' 93-114
  6. צווישן לעבן און טויט. פּובליקירט דורך בער מאַרק. וואַרשע: ייִדיש בוך, 1955. זז'5-15 און 142-149
  7. Kassow, Samuel D.: Who Will Write Our History? Emanuel Ringelblum, the Warsaw Ghetto, and the Oyneg Shabes Archive. Bloomington: Indiana University Press 2007
  8. Weinstock, Micheline et Nathan: Khurbm Varshe. L'anéantissement de la Varsovie juive. Revue d'histoire de la Shoah 164, pp. 102-112
  9. Roskies, David G.: The Literature of Destruction. Philadelphia: The Jewish Publication Society 1988. pp. 381-385 & 450-454
  10. דער האָטעל פּאָלסקי אַפערע: האָטעל פּאָלסקי איז געווען אַ האָטעל אין וואַרשע, וואָס די נאַציס האָבן באַניצט ווי אַן אינטערנירונגס־אָרט פאַר וואַרשעווער ייִדן. אָט די (רייכע) ייִדן האָבן דאָרטן געקענט קויפן אויסלענדישע פּאַספּאָרטן, מיט וועלכע זיי וואָלטן געקענט פאַרלאָזן דעם וואַרשעווער געטאָ. דער אומברענג פון די ייִדן רופט מען דעם האָטעל פּאָלסקי אַפערע.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!