רוי:גראבע קישקע
טייל פון דער פארדייאונג סיסטעם
די גראבע קישקע איז דער לעצטער טייל פון דער פארדייאונג סיסטעם אין באשעפענישן מיט א רוקנביין. איר צוועק איז איינזאפן וואסער צום קערפער, און ארויספירן דעם איבריגן אפפאל. ביי מענטשן הייבט זי אן ביי דער טאליע אויף דער רעכטער זייט, ווי זי איז באהאפטן צו דער קליינער קישקע דורך דער בלינדער קישקע, און גייט ארויף דעם בויך, ווייטער אריבער דעם בויך צו דער לינקער זייט, און פון דארט אראפ צום אנוס. די מענטשן גראבע קישקע איז לאנג אומגעפער 1.5 מעטער. דער פראצעס פון דורכגיין די גראבע קישקע דויערט עטליכע 24 שעה.
דרויסנדע לינקס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!