רוי:אייראפעאישע פרייהאנדל אסאסיאציע

אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע
ווערסיע פון 02:28, 20 אקטאבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע: אינטערנאציאנאלע ארגאניזאציע)
לאגא
אין טונקל־גרין ווערן געצייכענט די היינטיגע מיטגליד־לענדער המדינות פון EFTA, און אין העל־גרין ווערן געצייכענט די געוועזענע מיטגליד־לענדער וואס האבן פארלאזט EFTA כדי זיך איינשליסן אין דעם אייראפעאישן פארבאנד

די  אייראפעאישע פרייהאַנדל אַסאסיאַציע (European Free Trade Association - EFTA) איז געווארן אויפגעשטעלט דעם 3טן מאי 1960 ווי אן אלטערנאטיווע מעגליכקייט פאר אייראפעאישע לענדער וואס האבן נישט געוואלט אדער נישט געקענט זיך איינשליסן אין דער אייראפעאישער געמיינדע, וואס איז היינט דער אייראפעאישער פארבאנד.

דער EFTA אפמאך איז גע'חתמ'עט געווארן דעם 4טן יאנואר 1960 אין שטאקהאלם דורך זיבן לענדער; אבער היינט האט די אסאסיאציע נאר איסלאנד, נארוועגיע, שווייץ און ליכטנשטיין. וועגן דעם האט מען געדארפט טוישן דעם "שטאקהאלם אפמאך" מיטן "וואדוץ אפמאך".

דער אפמאך גאראנטירט פרייהייט פון האנדל צווישן די מיטגליד לענדער. דריי EFTA לענדער זענען א טייל פון דעם אינערליכן מארק פונעם אייראפעאישן פארבאנד דורך דעם "אייראפעאישער עקאנאמישער געגנט" (European Economic Area - EEA) האנדל אפמאך, וואס מ'האט אויפגעשטעלט אין 1994. דאס פערטע לאנד, שווייץ, האט באשלאסן זיך פארבינדן מיטן אייראפעאישן פארבאנד דורך בילאטעראלישע אפמאכן. דערצו האבן EFTA לענדער פרייהאנדל פארבינדונגען מיט עטליכע לענדער אינדרויסן פון אייראפע.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!