רוי:אוניווערסיטעט פון פענסילוועניע

פריוואטער אוניווערסיטעט אין פענסילוועניע
ווערסיע פון 02:27, 20 אקטאבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע: פריוואטער אוניווערסיטעט אין פענסילוועניע)


אוניווערסיטעט פון פענסילוועניע
לאגא
גרינדונג דאטע: 1740
טיפ: פריוואטער אוניווערסיטעט
פרעזידענט: איימי גוטמאן
לערערשאפט: 4,603
סטודענטן פאר ערשטן דיפלאם: 9,719
סטודענטן פאר צווייטן דיפלאם: 10,103
לאקאציע: פילאדעלפיע, פענסילוועניע, פאראייניגטע שטאטן
ספטארט גרופע ביינאמען: "קוועקרס" Penn Quakers wordmark.png
היימבלאט: www.upenn.edu

דער אוניווערסיטעט פון פענסילוועניע (ענגליש: University of Pennsylvania), באקאנט מיטן ביינאמען פען (Penn) אדער יו-פען (UPenn), איז א פריוואטער אמעריקאנישער אוניווערסיטעט אין דער שטאט פילאדעלפיעפענסילוועניע. ער איז א מיטגליד אין דער  פליושטש-ליגע, און ווערט גערעכענט פאר איינער פון די בעסטע אוניווערסיטעטן אין דער וועלט. דער אוניווערסיטעט איז אנערקענט אלס דער ערשטער אין די פאראייניגטע שטאטן מיט שטודיעס פאר סיי אן ערשטן דיפלאם סיי א צווייטן דיפלאם, און ווי דער פערט-עלצטער אנשטאלט פאר העכערער בילדונג אין די פאראייניגטע שטאטן.

9 מיטגלידער פון דעם פאקולטעט אדער געוועזענע סטודענטן  פון דעם אוניווערסיטעט זענען באלוינט געווארן מיט א נאבעל פריז. דורך זיין לאנגער היסטאריע האט דער אוניווערסיטעט געהאט פיל אנגעזעענע גראדואנטן, צווישן זיי 13 ראש מלוכות (כולל צוויי פרעזידענטן פון די פאראייניגטע שטאטן, וואס איינער פון זיי איז דער היינטיגער פרעזידענט דאנאלד טראמפ), 3 ריכטער פון דעם העכסטן געריכט פון די פאראייניגטע שטאטן און ריכטער פון דעם העכסטן געריכט פון אנדערע לענדער, גרינדער פון טעכנאלאגיע פירמעס, און אינטערנאציאלע פינאנציעלע אינסטיטוציעס, פרעזידענטן פון אוניווערסיטעטן און 18 מיליארדערן.[1]

איינע פון די פירענדע שולעס פון ביזנעס פארוואלטונג (MBA) איז ווארטאן, וואס געהערט צום אוניווערסיטעט פון פענסילוועניע.

באקאנטע גראדואנטן

רעפערענצן

  1. Sapra, Janhavi (‏‏11טן אויגוסט, 2010). "Billionaire Universities", Forbes. דערגרייכט דעם ‏10טן נאוועמבער, 2011. 
  דער ארטיקל בנוגע בילדונג איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!