רוי:וויען שוועכאט לופטפעלד

ווערסיע פון 10:40, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

מוסטער:נישט פארטיק

וויען - שוועכאט אינטערנאציאנאלער לופטפעלד (דייטשיש: Flughafen Wien), איז דאס גרעסטע אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אין עסטרייך, וועלכע באדינט אלס איר הויפט לופטיגער אריינגאנג טויער. דאס לופטפעלד געפינט זיך נעבן דעם שטעטל שוועכאט, 18 קילאמעטער דרום פון דער הויפטשטאט וויען, און 50 קילאמעטער פון בראטיסלאווא, די הויפטשטאט פון סלאוואקיע. דער האפן דינט אויכעט אלס די הויפטקווארטיר פון די עסטרייכישער לופט געזעלשאפטן אאוסטריאן עיירליינס און ניקי. אין יאר 2016 זענען אדורך אין דעם לופטפעלד 23.4 מיליאן פאסאזשירן אין ארויסקומענדיגע און אריינקומענדיגע פליגן. ארום 18,000 ארבעטערס ווערן באשעפטיגט אין וויענער לופטפעלד.

א בליק אויפן וויענער לופטפעלד

היסטאריע

אורשפרינגליך דאס לופטפעלד איז אויפגעשטעלט געווארן אלס א מיליטערישער לופטפעלד, און דורך דער צווייטער וועלט קריג פלעגט באדינען אלס א אפלאגער פון פליגערס און פראדוצירונג קאמפלעקס פון דער היינקל פירמע. אין יאר 1945 די ענגלישע מאכטן האבן איבערגענומען דעם לופטפעלד, און פאר א שטיקל צייט דאס לופטפעלד איז געבליבן אונטער זייער באזעצונג. אין יאר 1954, איז די לופטגעזעלשאפט "בעטריב-געזעלשאפט געגרינדעט געווארן, און דאס לופטפעלד איז עמטליך געווארן דאס הויפט בירגערליכער לופטפעלד פון וויען אנשטאט "אספערן". דעמאלטס איז געווען נאר איין סטארטפאס וועלכער איז אין יאר 1959 פארברייטעט געווארן צו א פארנעם פון 3,000 מעטער. אין יאר 1972, א צוזעצליכער סטארטפאס איז געבויט געווארן. אין יאר 1982 איז דאס לופטפעלד פארבינדן געווארן מיט דער אטאסטראדע אסטא-אטאבאן. אין יאר 1986 איז דער פארגרעסערטער אנקונפט-זאל געעפנט געווארן. אין יאר 1992 האט מען געעפנט דעם נייעם טערמינאל 1, און א יאר דערנאך האט מען געעפנט דעם איינקויף צענטער אין דעם טראנזיט געביט צווישן די טויערן C,B און D. די פארברייטערונג פלאנירונג פונעם טערמינאלן געביט איז ארויפגעלייגט געווארן אויפ'ן טיש צום ערשטן מאל אין יאר 1988. צו דער צייט, האט דאס לופטפעלד באהאנדלט ארום 4.6 מיליאן פאסאזשירן יעדעס יאר. אין יאר 1989 האט דאס לופטפעלד צום ערשטן מאל אין זיין היסטאריע אויסגעציילט איבער 5,000,000 דורכגייענדיגע פאסאזשירן. וויבאלד דער אויסוואקס פונעם פאסאזשירן צאל און די אסטראטעגישע צילן זענען געווען היפש העכער פון וואס מען האט אורשפרינגליך פארגעזען און געטראכט, די פלאנירטע פארברייטונגען זענען פארמירט געווארן פונדאסניי פון 9,000 קוואדראטן קילאמעטער צו 25,000 קוואדראטן קילאמעטער. די ערשטע טייל פון דער פארלענגערונג וואס איז גערופן געווארן "פארלענגערונג פונעם דרומ'דיגן זאל מיט דער פלאזא", איז געווען דער ציל וואס מען האט באשטימט פאר יאר 1993. אום 28סטן מערץ 1996 איז די בוי ארבעטן פונעם "פיער וועסט" געביט ענדליך פארענדיגט געווארן. די אלע איינריכטונגען זענען אויספארמירט געווארן דורך דעם עסטרייכן ארכיטעקט פראנץ פעהרינגער.