דרעפט:עסן אין סוכה

ווערסיע פון 20:04, 2 אקטאבער 2023 דורך למאי נ"מ (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{דרעפט}} <!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה --> די מצוה פון '''עסן אין סוכה''' איז איינע פון די באשטאנדטיילן פון די מצוה פון זיצן אין סוכה וואס ווערט ארויסגעלערנט פון פסוק {{הערה|{{תנ"ך|ויקרא|כג|מב}}}}: '''בַּסֻּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים'''. אנדערש פון די א...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)


די מצוה פון עסן אין סוכה איז איינע פון די באשטאנדטיילן פון די מצוה פון זיצן אין סוכה וואס ווערט ארויסגעלערנט פון פסוק [1]: בַּסֻּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים. אנדערש פון די אנדער באשטאנדטייל פון מצוות סוכה, די חוב צו שלאפן אין סוכה, וואס נעמט אריין יעדע אופן פון שלאפן - שינת קבע און שנת ארעי, נעמט אריין די חוב פון עסן אין סוכה נאר אכילת קבע און נישט אכילת ארעי.

מער פון די כללותדיגע מצווה צו עסן אין סוכה די זיבן טעג פון סוכות, האבן חז"ל געלערנט פון דרשנען די פסוקים אז עס איז דא א חוב פון די תורה צו עסן א כזית ברויט אין סוכה אום די ערשטע נאכט פון יום טוב סוכות, אזוי ווי די מצוה פון עסן א כזית מצה ביים סדר נאכט.

מקור פון מצווה

די מצוה פון זיצן אין סוכה שטייט געשריבן אין פרשת אמור אין ספר ויקרא: ”בַּסֻּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים”, האבן חז"ל ארויסגעלערנט פון די ווארט 'תשבו' איז דאס מיינט וואוינען אין סוכה אויפן שטייגער ווי א מענטש וואוינט אין זיין הויז א גאנץ יאר, און איינע פון די הויפט זאכן וואס א מענטש טוט אין שטוב איז עסן[2]: ”תנו רבנן: 'תשבו' - כעין תדורו. מכאן אמרו: כל שבעת הימים עושה אדם סוכתו קבע וביתו עראי. כיצד? היו לו כלים נאים - מעלן לסוכה, מצעות נאות - מעלן לסוכה, אוכל ושותה ומטייל בסוכה, ומשנן בסוכה”.

די באגריף פון אכילת קבע און ארעי

א געבעקס פון חמשת מיני דגן

וויבאלד אויך אין אנדערע טעג איז א מענטש געוואוינט צו עסן אויך א צייטווייליגע אכילה, ווי אין די וועגן און דאס גלייכן, האבן חז"ל געלערנט אז די כוונה פון פסוק איז צו מחייב זיין דעם מענטש צו עסן זיינע אכילות קבע אין סוכה. טראץ דאס, איז אן אכילת ארעי מותר אויך אינדערויסן פון סוכה[3]: ”אוכלין אכילת עראי חוץ לסוכה”, נאר אין די באגריף פון "אכילת ארעי" אקעגן "אכילת קבע" האבן די אמוראים זיך חולק געווען אין מסכת סוכה. לויט רב יוסף, אכילת ארעי (פון א געבעקס פון חמשת מיני דגן) איז: ”תרתי או תלת ביעי [צווי אדער דריי ביצים]”, און לויט אביי, איז די מאס ”כדטעים בר בי רב ועייל לכלה [ווי א תלמיד איז טועם אין בית המדרש פאר ער גייט אריין אויף א לענגערע לימוד אין כלה]”". טייטשט רש"י די ווערטער פון אביי, אז דער תלמיד איז {{ציטוטון|טועם מלא פיו, ושותה [[ער איז טועם א פולע מויל, און טרינקט}}. און אין זיין פירוש אויף די גמרא[4] טייטש רש"י אז "מלא פיו" מיינט די מאס פון א איי (אן איר שאלעכטץ): ”ואביי - דאמר כדטעים בר בי רב, דהיינו כביצה, דכביצה אוכל הנאכל בבליעה אחת הוא”.

ווי די שיטה פון רש"י, וואס האלט אז א געבעקס וואס זיין נפח איז גלייך צו די נפח פון א ביצה אדער קלענער, מעג מען עס עסן אויך אינערויסן פון סוכה, האבן געשריבן אפאר ראשונים, צווישן זיי: בעלי התוספות, דער רא"ש און דער ר"ן. דאקעגן, די דיעה פון רמב"ם און רי"ץ גיאת איז אז אויך אביסל מער ווי א כביצה איז נאך פטור פון סוכה, און נאר ווען דער נפח איז באטיידיג גרעסער פון א ביצה דארף מען דאס עסן אין סוכה.

למעשה, אין שולחן ערוך[5] איז געפסקנט ווי די מחמירים, אז יעדע געבעקס גרעסער פון די נפח פון א ביצה דארף מען עסן אין סוכה: ”וכמה אכילת עראי - כביצה מפת”

פרוכט און אנדערע עסנווארג

עסנווארג וואס זענען נישט פון די מיני דגן, ווי פרוכט און גרינצייג, פלייש, קטניות און אנדערע עסנווארג, ווערט נישט גערעכנט דאס עסן ווי אן אכילת קבע, און מען מעג זיי אויך עסן אינדערויסן פון סוכה[6]. דאך, ווען א מענטש איז קובע א סעודה אויף עסנווארג וואס זענען נישט פון דגן, האבן די ראשונים זיך חולק געווען אויב די באשלוס פון א מענטש צו אוועקשטעלן זיין מאלצייט אויף זיי רעכנט זיי ווי אן אכילת קבע.

  1. לויט מהר"ם מרוטנבורג און דער רמב"ן, איינער וואס איז זיך קובע אפילו צו עסן פרוכט (און כל שכן אויף עסן פלייש) - איז חייב בסוכה.
  2. לויט רבנו פרץ, מאירי און דער אור זרוע, און אזוי וויזט אויס פון רמב"ם (הלכות סוכה פרק ג, הלכה ו), איינער וואס איז זיך קובע צו עסן פרוכט - איז פטור מסוכה, אבער צו עסן פלייש, רייז, קעז און דאס גלייכן - איז חייב בסוכה.
  3. לויט רא"ש און טור, יעדע עסנווארג וואס איז נישט פון די חמשת מיני דגן - איז פטור מסוכה.

פסק הלכה

  1. דער שולחן ערוך פסקנט ווי דער רא"ש, אז נאר א מאכל פון מיני דגן איז חייב בסוכה. און אזוי פסקנען נאך אחרונים [7].
  2. אסאך אחרונים האבן געשריבן אז ווען מען איז קובע א סעודה אויף פלייש און אנדערע עסנווארג, איז גוט זיי צו עסן אין סוכה[8].
  3. עס זענען דא וואס זאגן אז עס איז א חוב צו עסו אין סוכה פלייש און אנדערע עסנווארג וואס מען איז קובע אויף זיי א סעודה[9].
  4. און עס זענען דא וואס זאגן אז די מחלוקת האחרונים איז געווען נאר אין פארגאנגענהייט, וואס דעמעלט איז מען נישט געווען איינגעוואוינט צו עסן גאנצע מאלצייטן אן ברויט אדער געבעקס פון דגן. אבער היינטיגע צייטן וואס מען איז געוואוינט צו עסן א גאצע מאלצייט פון עסנווארג נישט פון דגן, איז א חוב צו עסן יעדעל סעודת קבע אין סוכה[10].

א געקעכטס פון חמשת מיני דגן

לגבי תבשיל העשוי מחמשת מיני דגן (שברכתו 'מזונות') קיימת מחלוקת האם האוכל ממנו כשיעור נפח ביצה חייב לאוכלו בסוכה. לדעת הרא"ש והטור, וכך פסק השולחן ערוך, רק כאשר אוכל ממנו שיעור של קביעת סעודה (ארוחה) חובה לאוכלו בסוכה. אך אם טועם ממנו בלא כוונה לשבוע, אף אם זה יותר מכביצה - אין חובה לאוכלו בסוכה. מאידך, לדעת המגן אברהם ושולחן ערוך הרב, גם תבשיל העשוי מדגן, האוכל כביצה ממנו חייב לאוכלו בסוכה, כדין מאפה דגן. וכך פסקו מספר אחרונים[11].

משקאות

ככלל, משקאות מותר לשתות מחוץ לסוכה ללא הגבלה. כפי הנלמד מהמשנה במסכת סוכה ב, ד: ”אוכלין ושותין ארעי חוץ לסוכה”. והכוונה שכל שתייה נחשבת לארעי ומותרת מחוץ לסוכה. אולם לגבי שתיית משקאות חריפים, שיש לה יותר חשיבות משתייה רגילה, נחלקו הפוסקים אם שתייתם בדרך קביעות (בחבורה) נחשבת ל'אכילת קבע': לדעת האור זרוע, וכך פסק המגן אברהם, וחשש לדעתו המשנה ברורה[12], כל התאספות לשתיית משקה חריף בחבורה נחשבת ל'קבע' ואסורה מחוץ לסוכה. ולדעת הריטב"א אמנם משקה חריף מותר לשתות מחוץ לסוכה, אך יין, מפני חשיבותו, אין לשתות ממנו אפילו רביעית מחוץ לסוכה. ודעת הרא"ש שהואיל ואין שבעים ממשקאות חריפים, כולל יין, אין חובה לשתותם דווקא בסוכה. וכמותו נקטו השולחן ערוך והרמ"א[13].

ההידור באכילת ארעי בסוכה

על אף שאכילת ארעי מותרת מחוץ לסוכה, המשנה במסכת סוכה מביאה מעשה של רבן יוחנן בן זכאי, ומעשה נוסף של רבן גמליאל, שהחמירו על עצמם לאכול ולשתות אכילת ארעי בסוכה: ”מעשה והביאו לו לרבן יוחנן בן זכאי לטעום את התבשיל, ולרבן גמליאל שני כותבות ודלי של מים, ואמרו: העלום לסוכה”. והגמרא שם בארה שהמשנה הביאה מעשים אלו כדי ללמד ש”אם בא להחמיר על עצמו - מחמיר, ולית ביה משום יוהרא [ואין בדבר משום יוהרה.

הידור זה הובא להלכה בשולחן ערוך[14]: ”ומי שיחמיר על עצמו ולא ישתה חוץ לסוכה אפי' מים, הרי זה משובח”.

זעט אויך

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. ויקרא כג, מב
  2. סוכה כח, ב
  3. משנה, סוכה ב, ד
  4. סוכה כז, א
  5. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרל"ט, סעיף ב'
  6. ווי עס קומט ארויס פון די משנה אין מסכת סוכה ב, ה, אז רבן גמליאל האט מחמיר געווען אויף זיך ווי אן הידור צו עסן די טטייטלען אין סוכה
  7. שולחן ערוך הרב, יחווה דעת (חלק א', סימן ס"ה)
  8. בהם: ב"ח, אליה רבה, משנה ברורה תרלט טו, כף החיים טו
  9. גינת ורדים, חיד"א ודרך החיים
  10. פניני הלכה סוכות פרק ג, הלכה ד, ובהערה 5 שם
  11. עי' יחווה דעת חלק א, סי' ס"ה. פניני הלכה סוכות פרק ג, הלכה ד, והערה 4 (ושם כתב שבשעת הצורך אפשר להקל לאכול תבשיל דגן שנפחו יותר מכביצה מחוץ לסוכה)
  12. משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן י"ג
  13. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרל"ט, סעיף ב'
  14. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרל"ט, סעיף ב'

קטגוריה:סוכות קטגוריה:המכלול: ערכים הנכללים בזים תורני קטגוריה:הלכה קטגוריה:הלכות חג הסוכות קטגוריה:סעודות מצווה