מסכת סוכה
מסכת סֻכָּה איז די זעקסטע מסכתא[1] אין סדר מועד, דער דריטער סדר אין משניות. די מסכתא באהאנדלט די הלכות פון יום טוב סוכות, ווי די מצוה פון סוכה און די ארבעה מינים. די מסכתא איז איינגעטיילט אין פינף פרקים, וואס אין זיי 53 משניות.
די מסכתא האט א גמרא אין תלמוד בבלי, וואס אנטהאלט 55 דפים אין די אנגענומענע צורת הדף, און אין תלמוד ירושלמי.
נאמען און ארט אין סדר מועד
דער רמב"ם ערקלערט[2], אז נאך די הלכות פון שבת, פסח, שקלים און יום כיפור, וואס זייערע מסכתות זענען געפעדערט געווארן יעדע מיט איר טעם, איז געקומען די רייע צו ענדיגן אויסשמועסן די הלכות פון שלש רגלים. לויטן סדר ווי זיי ווערן דערמאנט אין די תורה וואלט שבועות (וואס האט נאר די אלגעמיינע הלכות פון יום טוב, באהאנדלט אין מסכת ביצה) געקומען פריער, אבער צוליב די פילע מצוות פון יום טוב סוכות האט מען געפעדערט מסכת סוכה.
אין די פארשפרייטע אויפלאגעס פון תלמוד בבלי איז געטוישט דער סדר, און מסכת סוכה איז געשטעלט אלס די זיבעטע מסכתא פון סדר מועד, צווישן מסכת יומא און מסכת ביצה. טייל שפעקולירן אז דאס איז צו צופאסן דעם סדר פון די מסכתות צום סדר פון די ימים טובים דורכאויס דעם יאר, אדער פון א טעכנישע געברויך צו איינטיילן די בענדער פון תלמוד בבלי לויטן צאל פון זייערע בלעטער[3].
רבי מנחם המאירי דערמאנט אז מען איז געווען געוואוינט צו לערנען די מסכתות אויף אן אנדערן סדר, לויט וועלכע די מסכתות אויף באזונדערע ימים טובים זענען אויסגעשטעלט לויט זייער צייט אין יאר אנגעהויבן פון ראש השנה, און מסכת סוכה איז אלזא צווישן מסכת יומא און מסכת פסחים[4].
- ↑ לויטן סדר אין משניות, זעט ווייטער
- ↑ פירוש המשניות, הקדמה
- ↑ הקדמה למסכת יומא, פון מאורות הדף היומי.
- ↑ בית הבחירה, אין די פתיחה בעפאר מסכת ברכות און אין אנהייב מסכת סוכה