דרעפט:אקראסטיך
אקראסטיק (פון גריכיש: "άκρο" עקסטרעם + "στίχος" שורה; אין לאטייניש: Acrostic) איז א שרייבן מעטאד פון א ליד אדער א פראזע, וואס דער צוזאמקלייבן פון די ערשטע בוכשטאב פון יעדע ווארט, שורה אדער פאל אינעם ליד שאפט א ווארט אדער אפאר וועטער, א נאמען, די אלף בית אותיות, און דאס גלייכן.
אין דער מיטל אלטער ווערט דער אקראסטיק גערעכנט ווי איינע פון די באפוצונגען פון א ליד, און ווי מער די אקראסטיק איז מער קאמפליצירט און סאפיסטיקירט, האט דאס צוגעגעבן צו די טייערקייט פונעם ליד און זיין פארפאסער.
אין די נייע צייט איז דער באנוץ מיטן אקראסטיק נישט איינגעפירט ביי א ערנסטע ליד, כאטש וואס ער נוצט נאך ביי שרייבן וואס קומט אויף פארוויילונג, צום ביישפיל ביי ווינטשן אויף א געבורטס טאג.
נאך א באנוץ פאר אקראסטיקס איז ווי א מיטל פאר א קאָד – די קאמבינאציע וואס ווערט געשאפן דורך די ערשטע בוכשטאבן איז די הויפט זאך, און די ליד נוצט ווי א קאמפולאזש. די אקראסטיק האט אריינגעדרינגען אויך צו די טאקבאק אין אינטערנעט, כדי צו אריבערפירן א אנזאג וואס בייפאסט די קריטיק פונעם רעדאגירער פון וועבזייטל.
אקראסטיק אין העברעישע לידער
די אקראסטיק איז איינע פון די פאקטארן וואס האבן צוגעברענגט צו "דריגענד אין ליד" (צוזאמען מיטן גראמען און וואג), וואס לויטן באגריף פון די מיטל אלטער דיכטער האבן ערלויבט געוויסע אפווענדונגען פון דקדוק וואס וואלטן נישט אריבער אין אנדערע פעלער. אזוי, צום ביישפיל, אין פעלער וואס די אקראסטיק באדארפט אז א שורה זאל זיך אנפאנגען מיטן בוכשטאב ו' זענען געשאפן געווארן זאצן וואס האבן זיך אנגעפאנגען מיט ו"ו החיבור, נישט ווי עס איז אנגענומען אין העברעאיש פון נאכן מקרא.
די פריערדיגע אקראסטיקס זענען אלפאבעט אקראסטיקס. אזעלכע סארט אקראסטיקס ערשיינען עטליכע מאל אין תנ"ך, צווישן אנדערע אין מגילת איכה, אין משלי ("אשת חיל") און אין געוויסע קאפיטלען תהילים, ווי ביי מזמור קי"ט וואס אין אים איז דא א אלף בית אקראסטיק וואס אין אים ערשיינט יעדע אות אין אנפאנג פון אכט פסוקים נאכאנאד (אין חז"ל ווערט די קאפיטל אנגערופן "תמניא אנפין", פון אראמיש "אכט געזיכטער"). מיט די צייט האבן ערשיינט אקראסטיק לויט א אנדער סדר פון די אלף בית, צום ביישפיל תשר"ק (פון ענדע צום אנפאנג) אדער א"ת ב"ש (א אות פון אנפאנג און א אות פון ענד). עס זענען פארפאסט געווערן אויך לידער מיט קאמבינאציעס פון אפאר אקראסטיקס אין פארשידענע פלעצער אינעם שורה. א אלפאבעט אקראסטיק ערשיינט אויך אין עטליכע תפילות, ווי ביי תפילת שחרית פון די וואכנטעג "קל ברוך גדול דעה הכין ופעל זהרי חמה" וכו' (א"ב), אדער ביי מוסף פון שבת, "תִּכַּנְתָּ שבת רצית קרבנותיה, ציווית פירושיה עם סידורי נסכיה" וכו' (תשר"ק).
מיט די צייט האבן דיכטער אינעם מיטל אלטער אנגעהויבן צו צייכענען זייער נאמען אין די אקראסטיק. אין די צייטן פון רבי אלעזר הקליר האט מען זיך באגענוגנט מיט די פריוואטע נאמען, צומאל מיט צולייגן די נאמען פונעם טאטן, נאמען פון פלאץ אדער די טיטל "חזן". אין שפעטערדיגע צייטן האבן די חתימות זיך מער סאפיסטיקירט. אזוי צום ביישפיל ביים פיוט אקדמות פונעם 11'טן יארהונדערט ערשיינט אין די אקראסטיק א דאפלטע א"ב און דערנאך די אונטערשריפט "מאיר ביר רבי יצחק יגדל בתורה ובמעשים טובים אמן וחזק ואמץ".
צו מאל ערשיינט די אקראסטיק אויך ביי א פתיחה פון א ספר. עטליכע וויכטיגע און באקאנטע ספרי קודש האבן אנגעהויבן מיט די אקראסטיק פון שם השם, אזוי ווי ספר משנה תורה פון דער רמב"ם, וואב עפנט זיך מיט די ווערטער "יסוד היסודות ועמוד החכמות", און מסילת ישרים פון דער רמח"ל וואס עפנט זיך מיט די ווערטער "יסוד החסידות ושורש העבודה".
באוואוסטע העבערעאישע שאפונגען און זייער אקראסטיק
אין תנ"ך
- אסאך מזמורים אין תהלים זענען אויסגעשטעלט אין א אלפאבעט אקראסטיק אזוי ווי מזמור תהלים קיט וואס און אים איז דא סעריעס פון אכט פסוקים פאר יעדע אות, די מזמורים תהלים לד און תהלים קמה (אשרי יושבי ביתך) און נאך אסאך.
- אשת חיל – א אלפאבעט אקראסטיק אין משלי לא, וואס באשרייבט די אידעאלישע פרוי.
- מגילת איכה – קאפיטלען א-ד זענען אויסגעשטעלט אויף א אלפאבעטישער אקראסטיק, און קאפיטל ה' נוצט ווי א 'ליידיגע אקראסטיק'[1]. אין די צייט וואס אין קאפיטלען א-ג און ה' זענען דא 22 פסוקים ווי די צאל אותיות פון אלף בית, אין קאפיטל ד זענען דא 66 פסוקים און אין דעם א טריפלטע אקראסטיק.
אין ענדע פון הגדה של פסח זענען דא אפאר אקראסטיקס לויט די אותיות פון אלף בית:
- ובכן ויהי בחצי הלילה – א פיוט פון יַנַיי פונעם 5'טע יארהונדערט.
- ובכן ואמרתם זבח פסח – א פיוט פון רבי אלעזר הקליר פונעם 5'טע יארהונדערט.
- אדיר במלוכה – מיוחס צו רב יעקב מלונדריש פונעם 13'טער יארהונדערט.
- אדיר הוא – ליד וואס איז פארפאסט געווארן אינעם מיטל אלטער.
אין זמירות שבת
אין די איינגעפירטע זמירות פון שבת זענען פארהאן אסאך אקראסטיקס, מערסטנס צו די נעמען פון זייערע פארפאסער:
- אזמר בשבחין – אקראסטיק "אני יצחק לוריא בן (ש)שלמה" – אר"י
- יום זה לישראל – אקראסטיק "יצחק לוריא חזק" – דער אר"י
- אסדר לסעודתא – אקראסטיק "אני יצחק לוריא" – דער אר"י
- מה ידידות מנוחתך – אקראסטיק "מנחם"
- יום שבת קודש הוא – אקראסטיק "יהונתן חזק"
- יה ריבון עלם – אקראסטיק "ישראל" – רבי ישראל נאג'ארה
- ידידי רועי מקימי – אקראסטיק "ישראל חזק" – רבי ישראל נאג'ארה
- ברוך קל עליון – אקראסטיק "ברוך חזק" – ברוך בר שמואל פון מאגענצא
- יום שבתון אין לשכוח – אקראסטיק "יהודה" – רבי יהודה הלוי
- דרור יקרא לבן עם בת – אקראסטיק "דונש" חזר'ט איבער ביי יעדן זאץ פון די פיר פאלן פונעם פיוט – דונש בן לברט
- קל מסתתר בשפריר חביון – אקראסטיק "אברהם מימין חזק"
- יה אכסוף נעם שבת – געטריפלטע אקראסטיק: די ערשטע ווארט אין יעדע פאל – י-ה-ו-ה, די צוויטע – אהרן – נאמען פון מחבר, און דער דריטער – נשמה
אין דאווענען
- קל אדון על כל המעשים – אלפאבעטישע אקראסטיק
- פיוט אדון הסליחות, וואס איז א טייל פון סליחות – אלפאבעט אקראסטיק
- לכה דודי – אקראסטיק "שלמה הלוי" – רבי שלמה אלקבץ
- עת שערי רצון להפתח – די ערשטע אותיות אין יעדע צירקל שאפן אן אקראסטיק פון נאמען פון מחבר: "עבאס יהודה שמואל"
- מעוז צור – די ערשטע אות פון יעדע פאל שאפט די ווארט "מרדכי" (ווי עס שיינט, איז עס די נאמען פון מחבר), און די ראשי תיבות פון די ערשטע שורה אינעם לעצטן פאל זענען "חזק" ווי א ווינטש פארן מחבר
- יום ליבשה – אקראסטיק "יהודה הלוי"
- ידיד נפש – אקראסטיק "י-ה-ו-ה"
- אדון בפקדך – אקראסטיק א-ת
- קל רחום שמך – די ערשטע אותיות פון צונעמען פון גאט אין יעדע ווארט שאפן אן אלפאבעט אקראסטיק
- אנא בקראנו - די ערשטע אותיות אין יעדער פאל ביי די פיוט שאפן אן אקראסטיק פון "דוד חזק", וואס זענען מרמז די נאמען פון מחבר.
זיין וויכטיגקייט און די סיבות צום שאפן פונעם אקראסטיק
- העכערקייט – עס זענען דא פיוטים וואס זייער טעמע איז גאטס נאמען, אזוי ווי פיוט "ידיד נפש".
- דרוק רעכטן – דאס נוצן זיך מיטן אונטערשרייבן די נאמען פון מחבר אין אקראסטיק איז ספעציעל צו מייחס זיין דעם פיוט צו זיין מחבר און צו אפהאלטן פלאגיאט פונעם פיוט. אין דעפ פארבינדונג איז באוואוסט די מעשה פונעם פיוט "יום שבת קודש הוא" (אקראסטיק 'יהונתן חזק') וואס זיין אלגעמיינער אינהאלט איז די חשיבות פון שבת און די באלוין פון דער וואס היט איר, אבער די לעצטע פאל אנטהאלט א אנדער טעקסט אינגאנצן: "קולי קולות יחדלון, בעת שירי יגדלון, כי כטל הם יזלון. ואל ישיגו גבולי, באורח שיר נפל חבלי, התקוששו ואל תשמשו בנזר שיר, שפרה לי" (טייטש: די קולי קולות זאלן זיך ענדיגן, אין די צייט פון מיין געזאנג, ווייל ווי טוי וועלן זיי רינען. און זיי זאלן נישט דערגרייכן מיינע גרעניצן, אין די וועג פון זינגען איז געפאלן מיינע ליידן, מאכט אייך שיין און נוצט זיך נישט מיטן קרוין פון לידער, וואס איז שיין פאר מיר) . לויט די לעגענדע איז אין יענע צייט געווען די פרנסה פונעם משורר פון וואנדערן אין שטעט צו גיבן צו הערן זיינע לידער, אין רעזולטאט איז געווען פארשפרייט די ערשיינונג אז צוויי מענטשן האבן געזינגען די זעלבע ליד, און עס האט זיך געמאכט א דעבאטע וועגן די רעכטן אויף די געלט פון די צוהערהער. כדי צו זיך פארזיכערן האט דער באשאפער איבערגעלאזט דעם אקראסטיק דעפעקטיוו, און ער האט דערלאנגט די ליד אן די לעצטע פאל, און ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט זיין חשש און א צווייטער מענטש האט געזינגען זיין ליד, האט ער פארגעשלאגן אז דאס פארענדיגן די לעצטע פאל זאל זיין א הוכחה אז דער פארענדיגער איז דער מחבר פון פיוט.
- אטענטישקייט– די אקראסטיקס אין די פיוטים האבן איוך אכטונג געגעבן אויף די אטענטישקייט פון די שאַפונג, אזוי אז דאס איבערהיפן פעלער אדער טוישונגען זענען געווארן באמערקט, אזוי ווי אין פיוט "אסדר לסעודתא" פון דער אר"י דארט זענען ארויסגעפאלן אמווייניגסטנס צוויי פעלער ביים ענד.
- זיכרון טאקטיק – דאס פארשפרייטונג פונעם אקראסטיק איז מען מייחס אויך צום באדערפעניש פון די חזנים אין שול צו געדענקען אויסנווייניג די פיוטים, איידער זיי זענען געשריבן געווארן אויף פאפיר. דער אקראסטיק האט ערלויבט פארן חזן צו געדענקען די אנהייב פון יעדע שורה. אויך ווען די פיוטים זענען שוין געשריבן געווארן האט נאך ווייטער פארגעגאנגען דאס באנוץ מיטן אקראסטיק, וואס איז שוין פארוואנדלט געווארן אין א קאנווענעציאנאל.
דרויסנדע לינקס
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: דרעפט:אקראסטיך |
רעפערענצן
- ↑ David Noel Freedman, David Miano, The Book of Psalms, BRILL, 2005-01-01, עמ' 87–96, ISBN 978-90-474-1479-7
קטגוריה:טכניקות ספרותיות קטגוריה:שירה קטגוריה:טכניקות ספרותיות בתנ"ך קטגוריה:שעשועי לשון
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער