המכלול:אריבערפירן דרעפטס/טשעקליסט
שפראך
- פשוט'ע הגהה. איבערקוקן אז אלע ווערטער זענען ריכטיג אויסגעלייגט אין היימיש אידיש.
- פונקטואציע. באזונדער וויכטיג, ווייל אומריכטיגע פיסוק שטארט ארויס און צעמישט די כוונה.
- זיכער מאכן אז עס ליינט זיך פליסיג און נאטורליך.
אינהאלט
- ענציקלאפעדישע אויסדרוק. נייטראל און אביעקטיוו, און לויט ווי איינגעפירט אויף המכלול.
- באזונדער זיכער מאכן אז דער עפענונג איז גוט און פראפעסיאנאל אפגעשריבן און דינט ריכטיג זיין צוועק.
- זען אז יעדע (מערקווירדיגע) טענה איז געדעקט מיט א מקור (קען אויך זיין אין "צו ליינען מער"). ווען נישט, קען זיין גענוג צו שטעלן {{מקור}} אויף צו אריבערפירן, ווען די טענה איז נישט צו אויסטערליש.
- ווען עפעס שטימט נישט אדער לייגט זיך נישט אויפן שכל, איז כדאי נאכצוקוקן די מקורות פון אינעווייניג; אבער אין אלגעמיין קען מען זיך פארלאזן אויפן שרייבער.
- זען אז די נושא איז גאנץ געהעריג געדעקט. ווען מען טרעפט א "לאך", פון עפעס וואס ווערט נישט (גענוג) בארירט, קען זיין גענוג צו שטעלן {{להשלים}} אויף אריבערצופירן. בעסער איז אויב קען מען בעטן דעם שרייבער עס שוין אריינצופילן.
- בפרט, דארף דער ארטיקל אנטהאלטן אלע נוצבארע אינפארמאציע פונעם ערך המקביל אויף העברי (ואין צריך לומר פונעם רוי ארטיקל וואס עס קומט ערזעצן), און בכלל זיין לפחות אויפן זעלבן ענציקלאפעדישן שטאפל.
- איבערבליקן דעם אויסשטעל - די קאפיטלען זאלן זיין אויף א לאגישן סדר, אינפארמאציע נישט איבריג איבערגע'חזר'ט, אד"ג.
טעכניש און מכלוליזאציע
- צולייגן אינערליכע פארבינדונגען ווען עס לייגט צו, (און אראפנעמען ווען עס איז להדיא איבריג).
- פאררעכטן צעבראכענע קישורים וואס מיר האבן יא נאר עס הייסט אביסל אנדערש, כמבואר במקו"א וואס מען טוט אין אזא פאל.
- צולייגן פאסיגע נאוויגאציע מוסטערן, אינפאקעסטלעך, וכדומה, ווען שייך. געווענליך קען מען אימפארטירן/נאכמאכן דעם ערך המקביל אויף העברי און/אדער רוי.
- צולייגן פאסיגע בילדער און קעפלעך, ווען שייך. געווענליך קען מען נאכמאכן דעם ערך המקביל אויף העברי און/אדער רוי.
- צולייגן פאסיגע קאטעגאריעס. געווענליך קען מען נאכמאכן דעם ערך המקביל אויף העברי און/אדער רוי.
- אינטערשפראך לינק צום ערך המקביל אויף העברי.
- די מקורות זאלן זיין געשריבן איינהייטליך און קלאר, נוצנדיג די פאסיגע מוסטערן (ווי {{היברובוקס}}) אויף וויפיל מעגליך.
- פרובירן אויב מעגליך אז "צו ליינען מער" און "דרויסנדע לינקס" זאלן זיין גענוג רייך.
ביים אריבערפירן
- אריבערפירן דעם בלאט...
- צולייגן קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען. דערביי זיכער מאכן אראפצונעמען קאַטעגאָריע:דרעפטס און/אדער {{דרעפט}}.
- שאפן נויטיגע ווייטערפירן.
- מעקן רעלעוואנטע רוי בלאט.
- צולייגן צו {{נייע ארטיקלען}}, אפדעיטן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס.
- זוכן און צולייגן פארבינדונגען צום נייעם ארטיקל, ובפרט אין פאסיגע נאוויגאציע מוסטערן און הויפטבלאט קעסטלעך.
- אינטערשפראך לינק אין ערך המקביל אויף העברי, אהער.
- אפדעיטן אין המכלול:בית אב.