לישב בסוכה
ברכת "לישב בסוכה" איז א ברכה וואס חכמים האבן מתקן געווען צו בענטשן אויפן מקיים זיין די מצוה פון זיצן אין סוכה.
ברכת לישב בסוכה
|
---|
בָּרוּךְ אַתָּה ה' אֱלוֹהֵינוּ מֶלֶךְ הָעוֹלָם אֲשֶר קִדְּשָנוּ בְּמִצְווֹתָיו וְצִוָּונוּ לֵישֵב בַּסּוּכָּה. |
עס איז פארהאן א מחלוקת אין ראשונים ווען זאגט מען די ברכה. עס זענען דא וואס זאגן אז מען זאגט דאס יעדע מאל וואס מען גייט אריין אין סוכה אויף א לענגערע וויילע, און אנדערע האלטן אז נאר פאר א אכילת קבע אין סוכה, און א מערהייט אידן פירן זיך טאקע ווי די מיינונג, אלס ספק ברכות להקל. עס איז פארהאן נאך א מחלוקת אויף וועלכע אכילה בענטשט מען 'לישב בסוכה'. די אשכנזים פירן זיך צו זאגן די ברכה אויף יעדע סעודה וואס מען איז מחוייב צו עסן אין סוכה. אין די ספרדים פירן זיך צו זאגן די ברכה נאר אויף א סעודה פון ברויט אדער מיני דגן אין שיעור קביעת סעודה (נפח פון פיר אייער).
באגריפן
ווען בענטש מען די ברכה
וויבאלד מצוות הסוכה איז א כסדר'דיגע מצווה וואס מען איז מקיים אין יעדע צייט וואס א מענטש וויילט אין סוכה, איז געשאפן געווארן א אומקלארקייט ווען זאגט מען די ברכה 'לישב בסוכה', און די ראשונים האבן געהאט א מחלוקת דערין:
- לויט די גאונים און אסאך ראשונים, צווישן זיי: בעל הלכות גדולות, רב האי גאון, רי"ף, רמב"ם און רש"י, אין יעדע צייט וואס א מענטש גייט אריין אין סוכה, אויך אויב ער האט נישט אינזין צו מאכן אין איר קיין שום זאך אויסער זיצן אין איר, בענטשט ער 'לישב בסוכה'. און אזוי האט דער ווילנער גאון גע'פסק'נט להלכה, און אזוי פירן זיך א טייל פון תימנ'ער אידן.
- לויט גאונים און אנדערע ראשונים, צווישן זיי: רב יהודאי גאון, רבנו תם און בעל העיטור, איז נאר ווען א מענטשן האט אינזינען צו עסן אין סוכה, זאל ער פארן עסן בענטשן 'לישב בסוכה'.
פסק הלכה
טראץ וואס די ראשונים האלטן אז מען דארף בענטשן אויף יעדע מאל וואס מען גייט אריין אין סוכה אויף א לענגערע וויילן, וויבאלד אבער ספק ברכות להקל, דערפאר האבן רוב הפוסקים אנגענומען ווי רבנו תם וסיעתו, אז נאר ביים עסן אין סוכה בענטשט מען 'לישב בסוכה'. עס האבן זיך טאקע חולק געווען די מנהגים אויף וועלכע סארט 'עסן' בענטשט מען די ברכה:
מנהג אשכנז
די דעה פון דער גינת ורדים, וואס איז געווארן אנגענומען ביי די אשכנזישע פוסקים, און עס איז פארוואנדלט געווארן אין א מנהג יוצאי אשכנז, יעדע מאל וואס מען עסט אין סוכה וויבאלד עס ווערט גערעכנט ווי אן אכילת קבע, דארף מען בענטשן פאר איר די ברכה 'לישב בסוכה'.[1] אבער אויף אן אכילת ארעי אין סוכה דארף מען נישט זאגן 'לישב בסוכה'.
וויילן אין סוכה אן עסן
אין מנהג אשכנז, לויט אסאך פוסקים[2] ביי א פאל וואס א מענטש ווייסט אז ער וועט נישט עסן אן אכילת קבע אין סוכה, זאל ער בענטשן 'לישב בסוכה' אויפן עצם וויילן אין סוכה. פון צווייטן זייט איז לויט דער מאמר מרדכי בענטש מען נאר אויף אן אכילת קבע איו סוכה.
למעשה, פירן זיך אסאך צו מאכן א מין פשרה, אז ווען א מענטש האט נישט אינזין צו עסן אן אכילת קבע אין סוכה, בענטשט ער אויפן עסן א קלייניקגייט וואס האט א געוויסע חשיבות, צום ביישפיל א געבעקס וואס מען מאכט דערויף א 'מזונות' (וואס ער עסט דערפון נישט מער ווי א כביצה, ווייל מער פון דעם איז שוין אן אכילת קבע) אדער טרינקען וויין[3].
מנהג ספרד
די שיטה פון דער שואל ונשאל[4] און דער בן איש חי, וואס איז געווארן אנגענומען ביי די ספרדישע פוסקים, און איז פארוואנדלט געווארן אין א מנהג יוצאי ספרד, אז נאר אויף א סעודת קבע וואס רעכנט אריין עסן ברויט אדער א געבעקס אדער א געקעכטס וואס מען מאכט דערויף א 'מזונות' וואס ער האט געגעסן דערפון א שיעור קביעת סעודה (נפח פון פיר אייער)[5] בענטשט מען 'לישב בסוכה'.
אבער מאנכע זאגן אז די שיטה איז באזירט אויף די ווירקליכקייט וואס איז געווען צושפרייט אמאל, ווען מען איז געווען איינגעוואוינט צו זיך זעטיגן פון עסן ברויט. אבער היינט, וואס אסאך עסן א זעטיגע מאלצייט אויך אן ברויט, איז ווער עס עסט אין סוכה א מאלצייט וואס ער האט אינזין זיך צו זעטיגן פון איר - זאל בענטשן 'לישב בסוכה', און בפרט אין ליכט פון די פאקט אז רוב ראשונים האבן געהאלטן אז מען בענטשט די ברכה אויך אויפן וויילן אין סוכה אן צו עסן[6].
אופן פון די ברכה
עס איז פארהאן א מחלוקת הראשונים אויף וועלכע סארט אופן בענטשטן מען די הברכה. לויטן רמב"ם וויבאלד די עיקר מצווה ווערט מקויים מיטן זיצן למעשה אין סוכה, דארף מען שטיין בשעתן זאגן די ברכה, פונקט ווי מען טוט ביי אלע ברכות המצוות, און גלייך דערנאך זיך אוועקזעצן. און ווי אים פירט מען זיך ביי די תימנער אידן. אבער קעגנזייטיג, לויטן ראב"ד און רא"ש ווערט די מצווה מקויים שטייענדיג פונקט ווי זיצנדיג, און דערפאר איז נישטא קיין סיבה צו בענטשן די ברכה שטייענדיג וויבאלד דאס מקיים זיין די מצוה האט זיך שוין אנגעפאנגען גלייך מיטן אריינגיין אין סוכה. און וויבאלד מען פירט זיך צו בענטשן פארן סעודה, במילא בענטשט מען די ברכה זיצנדיג פארן עסן.
וואס איז פאר וואס
לויטן מהר"ם מרוטנבורג דארף מען בענטשן 'לישב בסוכה' בעפאר די ברכה וואס מען זאגט אויפן עסנווארג, וויבאלד די חיוב ברכת הסוכה פאלט אויפן מענטש גלייך פון ווען ער איז אריין אין סוכה, און נישט נאר פון ווען ער איז צוגעגאנגען עסן. און אזוי איז די דעה פון רמב"ם. אקעגן זיי, לויטן רא"ש דארף מען פארדעם זאגן די ברכה אויפן עסנווארג, ווייל וויבאלד מען בינדט אן די ברכת הסוכה צום עסן, קומט אויס אז דאס עסן ברענגט צו צו די ברכה 'לישב בסוכה' זאל געזאגט ווערן, און דערפאר דארף מען מקדים זיין די ברכת המאכל.
למעשה איז די מנהג אשכנזים, און אזוי אויך מארקאנער אידן, טוניזיע און רוב ספרדים צו בענטשן אויף די עסנווארנג און דערנאך אויפן סוכה[7]. און פסק פון שולחן ערוך, און אזוי איז דער מנהג פון אביסל פון יוצאי עדות המזרח צו זאגן קודם די ברכת הסוכה און דערנאך די ברכת המאכל[8].
פארגעסן צו בענטשן 'לישב בסוכה'
איינער וואס פארגעסט צו בענטשן 'לישב בסוכה' פארן עסן, אזוי לאנג ווי ער האט נאכנישט גענדיגט עסן - קען ער נאך בענטשן. אויב ער האט שוין גענדיגט עסן און ער איז נישט פאראינטרעסירט צו עסן נאך, איז דא וואס זאגן אז אויכט דעמאלט קען ער בענטשן 'לישב בסוכה',[9] און עס זענען דא וואס זאגן אז ער זאל נישט בענטשן[10].
היסח הדעת וס באדארפט א נייע ברכה
אין אַלגעמיין, די ברכה 'לישב בסוכה' פאלט אויף על כל משך שהות האדם בסוכה, וכן אם יצא לצורך פעוט כגון להתפנות או לשוחח עם חברו שיחה קצרה, וכדומה, אינו צריך לברך שוב כשיחזור לסוכה[11]. אך אם יצא למשך זמן ארוך (יותר משעה) או למטרה חשובה כתפילה בבית הכנסת או לעסקיו, כשישוב לסוכה יתחייב בברכה נוספת[12].
ביחס לאדם ששהה בסוכה ברציפות מסעודה לסעודה התעוררה מחלוקת בין האחרונים האם יברך שוב 'לישב בסוכה' לפני הסעודה השנייה. לדעת הב"ח והט"ז יברך שוב, כי מן הסתם התכוון לפטור בברכתו את שהותו בסוכה רק עד הסעודה הבאה. ולדעת הלבוש, השל"ה, המגן אברהם שולחן ערוך הרב ומשנה ברורה[13] לא יברך, כי לא הסיח דעתו מהסוכה. וכך נוהגים להלכה על פי הכלל ספק ברכות להקל[14].
מעבר לסוכה אחרת באמצע הסעודה
גם במקרה שאדם עובר מסוכתו לסוכת אדם אחר באמצע סעודתו ישנה מחלוקת אם עליו לברך 'לישב בסוכה' כשממשיך הסעודה אצל חברו. דעת המגן אברהם ושולחן ערוך הרב היא שמעבר מסוכה לסוכה מצריך ברכה חדשה בסוכה אליה עבר, גם אם תכנן את המעבר מראש. ולדעת הט"ז והלבושי שרד אם כשברך 'לישב בסוכה' בסוכה הראשונה חשב לעבור באמצע הסעודה לסוכה אחרת, לא יברך בה 'לישב בסוכה'. דעת המשנה ברורה שמחמת שהדבר שנוי במחלוקת, מספק לא יברך.
ראו גם
קישורים חיצוניים
- ברכת לישב בסוכה, הרב אליעזר מלמד, באתר פניני הלכה
- ברכה על ישיבה בסוכה, באתר ישיבת ברכת משה
- ברכת לישב בסוכה, באתר עולמות - לימוד בעיון
הערות שוליים
- ↑ מ”ב בס”ק טו, “שאוכלם בחבורה, או שאוכל שיעור חשוב שקובע סעודתו בזה”
- ↑ טורי זהב, חיי אדם, משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ח און חזון איש.
- ↑ פניני הלכה סוכות פרק ג', הלכה ה', ובהערה 6.
- ↑ חלק ג' סימן צ"ה וסימן קס"ה.
- ↑ אבער לויטן בן איש חי בענטשט מען 'לישב בסוכה' נאר אויף א סעודה מיט ברויט.
- ↑ פניני הלכה סוכות פרק ג', הלכה ה' והערה 7.
- ↑ רמ"א אויף שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרמ"ג, סעיף ב' און סעיף ג'. עלי הדס יא, ג.
- ↑ שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרמ"ג, סעיף ג'. בן איש חי האזינו ה'. כף החיים. יחווה דעת חלק ה', סימן מ"ז.
- ↑ משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ח
- ↑ יחווה דעת חלק ה', סימן מ"ח.
- ↑ משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ז
- ↑ שולחן ערוך הרב אורח חיים סי' תרל"ט, סעיף י"ג.
- ↑ משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן מ"ז
- ↑ לדעת יעב"ץ ובכורי יעקב, אם יצא לזמן קצר מהסוכה, אף שבדרך כלל אינו מברך לאחר חזרה מיציאה כזו, כאשר הוא עומד להתחיל סעודת קבע חדשה, צריך לברך. ולדעת דרך החיים ושולחן ערוך הרב גם באופן זה לא יברך.
קטגוריה:סוכות קטגוריה:הלכה קטגוריה:ברכות המצוות קטגוריה:הלכות חג הסוכות