פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשת שבוע

פאראמעטער [ אינהלט ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

Arrow r.svg האזינו Arrow l.svg
פסוקים דברים לב, א - לב, נב
צאל פסוקים 52
צאל ווערטער 614
עשה (0)  לא תעשה (0)
הפטורה
אשכנזים און ספרדים שמואל ב' כב, א–נא
תימנים און איטלקים יחזקאל יז, כב - יח, לב

פרשת האזינו איז די צענטע פרשת השבוע אין ספר דברים. לויט די סדר פון די פרקים אין תנ"ך, הייבט זיך עס אן מיט דברים לב, א און ענדיגט זיך אין זעלבן קאפיטל מיט פסוק נב.

פּרשת האזינו ווערט געזאָגט ביים שבת צווישן ראש השנה און יום כיפור, וואס עס ווערט אנגערופן שבת שובה, אָדער שבת צווישן יום כיפור און סוכות.

פרשה אינהלט

שירת האזינו

 
א שטיקל פון שירת האזינו אין א ספר תורה

פרשת האזינו גייט ווייטער אן דעם סדר פון פרשיות צום סוף פון דער תורה, וואס מען דערציילט די הכנות צום פטירה פון משה רבנו. רוב פרשה איז פארנומען פאר שירת האזינןו, וואָס עס גייט זיין, ווי משה האט דערציילט אין די פריערדיגע פרשה, אן עדות פאר עם ישראל אויף וואס עס גייט פארקומען מיט זיי אין די קומענדיגע דורות.