ערב ראש השנה

ווערסיע פון 09:33, 15 סעפטעמבער 2023 דורך אחד יחיד (שמועס | ביישטייערונגען) (פארברייטערט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

אין ערב ראש השנה, וואס פאלט אויס ביי כ"ט אלול, פירט מען זיך אפאר עקסטערע מנהגים וואס האט צו טוהן מיט דער יום טוב וואס קומט גלליך שפעטער, ראש השנה (חוץ פון די מנהגים וואס מען פירט זיך ביים יעדע ערב יום טוב). לויט דער כלל לא אד"ו ראש ערב ראש השנה קען נישט אויס קומען ביי די טעג שבת, דינסטאג און דאנערשטאג, און עס קומט אויס נאר ביי די טעג זונטאג, מאנטאג מיטוואך און פרייטאג[1] .

אין הלכה

אין די טאג פירט מען זיך צו שעכטן אסאך בהמות און פארקויפן פלייש לכבוד יום טוב. כדי צו קענען מאכן די מצווה האבן חז"ל מתקן געווען אז איינער וואס קויפט א טייל פון א בהמה קען דאס קונה זיין מיט קניין כסף אזוי ויי עס איז דער עיקר דין תורה, און מען דארף נישט מאכן קנין משיכה. איינער וואס פארקויפט א בהמה פאר א מענטש דארף ער עם זאגן אויב האט ער פארקויפט אין דעם טאג אויך די מאמע אדער די קינד פון די בהמה, ויל מסתמא וועט די בהמה געשעכט ווערן אין דעם טאג און ער וועט נכשל ווערן אין איסור אותו ואת בנו[2].  ביי א שמיטה יאר, אין די לעצטע סקונדע פון טאג ווער נשמט אלע חובות[3], דער פאר דארף דער מלווה מאכן א פרוזבול אין דעם טאג אדער פארדעם כדי דאל די חובות נישט נשמט ווערן[4] .

מנהגי ישראל

  • מען שטייט אוף פריי צו זאגן סליחות און מען וועקט זיך אוף אויף תשובה[5], די אשכנזים פירן זיךצו זאגן מער סליחות און פיוטים פון אלע טעג, איינע פון די פיוטים איז "זכור ברית אברהם" וואס רבינו גרשום מאור הגולה האט געשריבן.\
  • מען מאכט התרת נדרים אנקעגן דריי מענטשן כדי צו אריין גיין אין ראש השנה אן קיין עבירה פון נדרים[6].
  • מען זאגט נישט תחנון ביי שחרית אזוי ווי יעדע ערב יום טוב, אבער סליחות מעג מען זאגן אפילו עס האט שוין געווען עלות השחר[7].








רעפערענצן