רוי:וויין
וויין איז אן אלקאהאליש געטראנק אויפגעארבייט פון טרויבן זאפט.
עס זענען פאראן פארשידענע סארטן וויין; ווייסע און רויטע, טרוקענע און זיסע, לייכטע און שטארקע.
עס איז אויך פאראן א ראזשינקע וויין גערופן אויף לשה"ק "יין צמוקים", וואס יודן האבן גענוצט אין די פלעצער וואס מען האט נישט געהאט קיין פרישע טרויבן.
וויין ביי יודן
ביי יודן פארנעמט וויין א גאר חשוב'ער ארט: מען מאכט דערויף א באזונדערע ברכה און עס ווערט נישט גע'פטר'ט מיט א המוציא, מען מאכט דערויף קידוש, הבדלה, ד' כוסות און ברכת המזון.
פורים איז א מצוה מדרבנן צו טרינקען וויין עד דלא ידע.