מסכת קִדּוּשִׁין איז די זיבעטע און לעצטע מסכתא אין סדר נשים, דער דריטער סדר אין משניות. די מסכתא באהאנדלט דעם טאט פון קידושין - א שטאפל בעפאר די נישואין, ווען דאס פארפאלק איז נאכנישט פארהייראט און זיי זענען אסור איינער צום אנדערן, אבער זיי זענען שוין פארבינדן און ברויכן א גט זיך צו אפטיילן. די מסכתא איז איינגעטיילט אין פיר פרקים, וואס אין זיי 47 משניות.

די מסכתא האט א גמרא אין תלמוד בבלי, וואס אנטהאלט 81 דפים אין די אנגענומענע צורת הדף, און אין תלמוד ירושלמי.

ארט אין סדר נשים

דער רמב"ם ערקלערט[1] אז די מסכת קומט נאך מסכת גיטין, כאטש דער סדר איז אז קידושין פאסירט פריער ווי גיטין, ווייל דאס איז דער סדר דערמאנט אין די תורה[2]: ”כִּי יִקַּח אִישׁ אִשָּׁה וּבְעָלָהּ וְהָיָה אִם לֹא תִמְצָא חֵן בְּעֵינָיו כִּי מָצָא בָהּ עֶרְוַת דָּבָר וְכָתַב לָהּ סֵפֶר כְּרִיתֻת וְנָתַן בְּיָדָהּ וְשִׁלְּחָהּ מִבֵּיתוֹ. וְיָצְאָה מִבֵּיתוֹ וְהָלְכָה וְהָיְתָה לְאִישׁ אַחֵר”, וואס פון אויספיר פון פסוק, "וְהָיְתָה לְאִישׁ-אַחֵר", לערנט מען ארויס דעם פעולה פון קידושין, ווי די גמרא זאגט[3]: "מקיש הויה ליציאה".

רבי מנחם המאירי האט געשטעלט מסכת קידושין אין אנהייב פון סדר נשים, וויבאלד קידושין קומט בעפאר אלע אנדערע עניני אישות[4].


רעפערענצן

  1. פירוש המשניות, הקדמה
  2. דברים כד, א–ב
  3. קידושין ה, א
  4. בית הבחירה, אין די פתיחה בעפאר מסכת ברכות און אין אנהייב מסכת קידושין