רוי:עץ אפרים

ווערסיע פון 20:40, 30 אויגוסט 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "הפטרה" ב־"הפטורה")

 


עץ אפרים איז אַ ייִדישער ישוב אין מערב-שומרון, ישראל, צום צפון-מזרח פון אלקנה.


געשיכטע

עץ אפרים איז געגרינדעט געוואָרן אין 1985. דער ישוב איז אַ געמישטער (פרומע און וועלטלעכע אידן). אַדמיניסטראַטיוו גייט ער אַריין אין באַשטאַנד פונעם רעגיאָנאַלן ראַט שומרון. לויט די אָנגאַבן פון 2011 זענען אין עץ אפרים געווען 806 תושבים.


דער נאָמען

דער נאָמען פונעם ישוב באַזירט זיך אויף דעם פאַקט, וואָס ער געפינט זיך אין דער נחלה פון שבט אפרים. אַליין דער אויסדרוק "עץ אפרים" איז גענומען פון דער הפטורה פון דער סדרה פון יענער וואָך, ווען דער ישוב איז געגרינדעט געוואָרן: "וְאַתָּה בֶן-אָדָם, קַח-לְךָ עֵץ אֶחָד, וּכְתֹב עָלָיו לִיהוּדָה, וְלִבְנֵי יִשְׂרָאֵל חֲבֵרָו; וּלְקַח, עֵץ אֶחָד, וּכְתוֹב עָלָיו לְיוֹסֵף עֵץ אֶפְרַיִם, וְכָל-בֵּית יִשְׂרָאֵל חֲבֵרָו." (יחזקאל לז, טז).


דרויסנדע לינקס

  דער ארטיקל בנוגע מדינת ישראל איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!