דרעפט:הנני העני ממעש

ווערסיע פון 21:11, 28 אויגוסט 2023 דורך אש תמיד (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{דרעפט}} <!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה --> הנני העני ממעש די ווערטער עפענען די תפילה וואס דער שליח ציבור ביי די קהילות פונעם אשכנז'ישן אידנטום זאגט איידער ער שטעלט זיך דאווענען תפילת מוסף פון ראש השנה און יום כיפורים. אין אסאך קהילות איז דאס איינע פו...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)


הנני העני ממעש די ווערטער עפענען די תפילה וואס דער שליח ציבור ביי די קהילות פונעם אשכנז'ישן אידנטום זאגט איידער ער שטעלט זיך דאווענען תפילת מוסף פון ראש השנה און יום כיפורים. אין אסאך קהילות איז דאס איינע פון די העכסטע מינוטן פון די ימים נוראים'דיגע דאווענען, און ווערט געזאגט מיט כוונה און התרגשות.

גלייך צו אנדערע פיוטים וואס ווערט געזאגט דורכן שליח ציבור ביי די תפילות ימים נוראים, צום ביישפיל "מסוד חכמים ונבונים" "אוחילה לקל" אדער "יראתי בפצותי שיח להשחיל" דינט דער תפילה אלס א געבעט פון ערלויבעניש צו מעגן דאווענען. אין די תפילה, וואס איהר מקור איז נישט באוואוסט, ברענגט דער שליח ציבור ארויס זיין אינערליכן שטורעם אויף די גרויסע תפקיד וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף אים, לבקש רחמים פון גאט פארן ציבור. אזא שליחות.ווייטער איז ער זיך מתוודה מיט אן אפן הארץ אויף זיינע פגמים און פעלערן, און בעט ער זאל ראוי זיין אויסצופירן זיין תפקיד כאטש זיינע חסרונות.נאך בעט ער אז זיין תפילה זאל פאררעכנט ווערן כאילו עס איז ארויס פון א שליח ציבור וואס קומט נאך אלע פארלאנגען און הלכות וואס שטייט אין חז"ל: "וקבל תפילתי כתפילת זקן ורגיל, ופרקו נאה, וזקנו מגודל, וקולו נעים ומעורב בדעת עם הבריות."







רעפערענצן