רוי:אהרן קאפשטיין

ווערסיע פון 18:10, 27 אויגוסט 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ריע:אוקראינער אידן]]" ב־"ריע:אוקראינער אידן|װ]]")

 

אהרן קאָפּשטיין (18טן מערץ, 1915, אָטשאַקאָוו, יעצט - ניקאָלייעווער געגנט, אוקראַיִנע – 1940 סואָיאַרווי, יעצט - לענינגראַדער געגנט, רוסלאַנד) איז געווען אַן אוקראַיִנישער דיכטער פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג. אין דער עלטער פון 5 יאָר איז ער געבליבן אַ יתום און אויסגעוואַקסן אין אַ יתומים-הויז. דעביוטירט מיט לידער אויף אוקראַיִניש אין אָנהייב 30ער יאָרן פונעם 20טן יאָרהונדערט. עס האָבן אים באַמערקט באַקאַנטע אין יענער צייט אוקראַיִנישע דיכטער, צווישן זיי אויך ייִדן - איוואַן (ישראל) קוליק און לעאָניד פּערוואָמייסקי. אין 1933 איז דערשינען די ערשטע קאָפּשטיינס לידער-זאַמלונג «Хочемо, прагнемо, можемо» ("מיר ווילן, מיר שטרעבן, מיר קאָנען"). ביים דיכטערס לעבן זענען דערשינען נאָך פיר זיינע אוקראַיִנישע לידער-זאַמלונגען און איין בוך לידער אין איבערזעצונג אויף רוסיש. אהרן קאָפּשטיין האָט איבערגעזעצט אין אוקראַיִניש לידער פון אַנדערע שפּראַכן, בתוכם פון ייִדיש.

אין 1937 – 1939 האָט אהרן קאָפּשטיין געדינט אין דער רויטער אַרמיי אויפן ווייטן מזרח. נאָך דער דינסט האָט ער אָנגעהויבן זיך לערנען אינעם מאָסקווער ליטעראַטור-אינסטיטוט. אין 1940 איז דער דיכטער פרייוויליק אַוועק אויף דער סאָוועטיש-פינלענדישער מלחמה און אומגעקומען אין אַ שלאַכט.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!