רוי:וויגעניזם

ווערסיע פון 22:56, 19 פעברואר 2020 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

וויגעניזם (ענגליש: Veganism) איז אן אידאלאגיע וואס גלויבט אין זיך נישט באניצן מיט סיי וואסערע פראדוקט וואס קומט פון א לעהבעדיגע באשעפעניש, ווײַל זיי באטראכטן נישט בעלי חיים אלס פראדוקטן וואס מ'קען מיט זיי טוהן וואס מ'וויל.

זיי אינטערשיידן זעך פון וועגעטאריאניזם מיט דעהם וואס נישט נאר זיי פארמיידן אויך אייער, האניג און מילכיגס, נאר זיי טוהען אויך נישט ניצן לעהדער, וואקס און זײַדן.

ממילא איז עס מעהר ווי בלויז א דיעטע, ס'איז א סארט לעהבנסשטייגער מיטן ציהל נישט צו נעמען אנטייל אין די צער און פּײַן פון אנדערע באשעפענישן וואס וועהרט פאראורזאכט דורך די מאסן פראדוקציע - אויף ווי ווײַט מעהגלעך.

סיבות

פארהאן דריי הויפט אורזאכן פארוואס מענטשן וועהלן אויס דעהם לעהבנס-שטייגער:

  • פאר די בעלי חיים. דאס גלויבן אז זיי שפיהרן און פארשטייען וואס מיר טוהען מיט זיי און ס'איז נישט ריכטיג.
  • געזינט, געוויסע מענטשן און דאקטוירים האלטן א ס'איז געזינטער נישט צו עסן דברים הבא מן החי
  • די וועלט\ענווייראמענט, לויט א יו ען שטודיע איז פראדוציהרן בעלי חיים דער גרעסטער גורם פאר גלאבאלע אנווארעמונג

אלטערנאטיוון

די אלטערנאטיהוון זענען פילע. צ.ב.ש.: פילע מאכלים געמאכט פון סאָי ווי טאָופו און מילך און קעז.

וועבלינקען