רב הונא בריה דרב נחמן איז געווען אן אמורא אינעם פערטן דור פון בבלי'שער אמוראים.

רב הונא בריה דרב נחמן
וואוין אָרט סיכרא, בבל
השתייכות פערטער דור פון בבלי'שער אמוראים
בני דורו רבא און רב הונא בר חיננא
חותנים רב פפא

ביאגראפיע

רב הונא איז געווען א זון פון רב נחמן[1] און זיין פרוי ילתא, וואס אלע זייערע קינדער זענען געווען באוואוסט אלס תלמידי חכמים אין די צייט פון די אמוראים. ער האט געוואוינט אין סיכרא, וואס איז אין געגנט פון מחוזא. ער ווערט ווייניג מאל דערמאנט אין ש"ס[2].

ער איז געווען א חבר פון רב הונא בר חיננא, דער ראש ישיבה אין זיין שטאט, וואס צוזאמען האבן זיי זיך אויך געדינגען מיט רבא, דער ראש ישיבה פון מחוזא[3]. רב הונא איז דאן אראפגעפארן צו רבא אין מחוזא, און רבא האט מודה געווען צו אים[א].

אין גמרא ווערט פארציילט אז רב פפא האט גענומען רב הונא בריה דרב נחמן פאר אן איידעם, נאך וואס ער האט אים פארענטפערט א ספק וואס פריערע אמוראים האבן נישט געהאט דערויף קיין תשובה[5]. לויט טייל איז דער רעדע פונעם זעלבן אמורא[6]; אנדערע צייגן אבער אן אז דאס שטימט נישט מיט די יארן[ב] און זיי טוישן דעריבער די גירסא צו "הונא מר בריה דרב נחמיה"[7], אדער זענען געווען צוויי רב הונא בריה דרב נחמן[8], און רב פפא האט גענומען פאר אן איידעם דעם צווייטן וועלכער איז געווען א זון פון רב נחמן בר יצחק[9].

אויף געציילטע פלעצער ווערט דערמאנט "הון בריה דרב נחמן", וואו ער פרעגט שאלות פון זיין פאטער רב נחמן[10]. עס ווערט שפעקולירט אז דאס איז א קיצור פאר "הונא" און באציט זיך צום זעלבן זון פון רב נחמן[11].

דרויסנדע לינקס

נאטיצן

  1. דאס איז לויט די גירסא פון רש"י. תוספות לערנט אז זיין טאטע רב נחמן איז אנגעקומען קיין מחוזא, און רבא איז אים געגאנגען פרעגן די הלכה[4].
  2. רב פפא איז געווען אינעם פינפטן דור פון אמוראים, א תלמיד פון רבא וועלכער איז געווען א תלמיד פון רב נחמן.

רעפערענצן

  1. חולין מט, ב
  2. בבא מציעא מז, א;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".חולין מט, ב;
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".בכורות נד, ב; און אין ילקוט שמעוני, ויקרא, רמז תר"פ
  3. עבודה זרה נז, ב
  4. תוספות, עבודה זרה נח, א, ד"ה רב הונא בריה דר"נ למחוזא
  5. הוריות יב, ב

  6. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי דוד אופנהיים, שם דוד - על התורה
  7. שערי תורת בבל, עמוד 381; רבי אהרן היימאן, "רב הונא בריה דרב נחמן", תולדות תנאים ואמוראים, לאנדאן תר"ע. אין כתב יד מינכן איז די גירסא "רב חנין בריה דרב נחמן".
  8. שערי תורת בבל, עמוד 376
  9. מנחת יהודה אויף הוריות יב,ב
  10. יבמות לד, ב, און דארט
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".יבמות קיב, א
  11. שערי תורת בבל, עמוד 376. ער מערקט דארט אן אז דאס איז געווען אפצוטיילן צווישן אים און דער אנדערער, שפעטערער, הונא בריה דרב נחמן.