רב הונא בריה דרב נחמן
רב הונא בריה דרב נחמן איז געווען אן אמורא אינעם פערטן דור פון בבלי'שער אמוראים.
וואוין אָרט | סיכרא, בבל |
---|---|
השתייכות | פערטער דור פון בבלי'שער אמוראים |
בני דורו | רבא און רב הונא בר חיננא |
חותנים | רב פפא |
ביאגראפיע
רב הונא איז געווען א זון פון רב נחמן[1] און זיין פרוי ילתא, וואס אלע זייערע קינדער זענען געווען באוואוסט אלס תלמידי חכמים אין די צייט פון די אמוראים. ער האט געוואוינט אין סיכרא, וואס איז אין געגנט פון מחוזא.
אין גמרא ווערט פארציילט אז רב פפא האט גענומען רב הונא בריה דרב נחמן פאר אן איידעם, נאך וואס ער האט אים פארענטפערט א ספק וואס פריערע אמוראים האבן נישט געהאט דערויף קיין תשובה[2]. לויט טייל איז דער רעדע פונעם זעלבן אמורא[3]; אנדערע צייגן אבער אן אז דאס שטימט נישט מיט די יארן[א] און זיי טוישן דעריבער די גירסא צו "הונא מר בריה דרב נחמיה"[4], אדער זענען געווען צוויי רב הונא בריה דרב נחמן[5], און רב פפא האט גענומען פאר אן איידעם דעם צווייטן וועלכער איז געווען א זון פון רב נחמן בר יצחק[6].
רב הונא בריה דרב נחמן איז געווען א חבר פון רב הונא בר חיננא, דער ראש ישיבה אין זיין שטאט, וואס צוזאמען האבן זיי זיך אויך געדונגען מיט רבא, דער ראש ישיבה פון מחוזא.
ער ווערט דערמאנט ווייניג מאל אין ש"ס[7]. איין מאל פון זיי[8] ווען ער מיט זיין חבר רב הונא בר חיננא - וואס האבן געוינט אין סיכרא, האבן זיך געדונגען מיט רבא וואס האט געוינט אין מחוזא, און דערנאך וואס ער איז אראפ געפארן צו רבא און מחוזא האט רבא מודה געווען צו אים[ב].
דרויסנדע לינקס
- רבי אהרן היימאן, "רב הונא בריה דרב נחמן", תולדות תנאים ואמוראים, לאנדאן תר"ע
- הרב יהודה אדרי, "רב הונא בריה דרב נחמן", בנתיב האמוראים, ירושלים תש"מ, עמ' 81, אויף אוצר החכמה (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
נאטיצן
- ↑ רב פפא איז געווען אינעם פינפטן דור פון אמוראים, א תלמיד פון רבא וועלכער איז געווען א תלמיד פון רב נחמן.
- ↑ אבער תוספות זענען מבאר אז די כוונה איז אויף זיין טאטע רב נחמן, און נישט רב הונא בריה דרב נחמן תוספות, עבודה זרה נח, א, ד"ה רב הונא בריה דר"נ למחוזא
רעפערענצן
- ↑ חולין מט, ב
- ↑ הוריות יב, ב
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר החכמה
פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע דוד בן אברהם אופנהיים, שם דוד - על התורה - ↑ שערי תורת בבל, עמוד 381; רבי אהרן היימאן, "רב הונא בריה דרב נחמן", תולדות תנאים ואמוראים, לאנדאן תר"ע. אין כתב יד מינכן איז די גירסא "רב חנין בריה דרב נחמן".
- ↑ שערי תורת בבל, עמוד 376
- ↑ מנחת יהודה אויף הוריות יב,ב
- ↑ בבא מציעא מז, א;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".חולין מט, ב;
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".בכורות נד, ב; און אין ילקוט שמעוני, ויקרא, רמז תר"פ - ↑ עבודה זרה נז, ב