רבי עקיבא ראבינאוויטש

ווערסיע פון 12:58, 7 אויגוסט 2023 דורך תכלית (שמועס | ביישטייערונגען) (זייטס מיר מוחל, מסתמא איז דא זייער אסאך שגיאות כתיב, ועמכם הסליחה)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

רבי עקיבא ראבינאוויטץ', דינט אלטס פאריסאוו'ער רבי אין ירושלים, אין שטייט אין שפיץ פון ישיבת המקובלים "דרכי צדק" אין זיין בית מדרש אין ירושלים.

ער איז געבורין אין ירושלים אלטס דער צווייטער זוהן פון הגאון הקדוש רבי בנימין זי"ע, חבר בית דין צדק העדה החרדית אין מייסד פון קהל "משכנות הרועים", אין צו זיין מוטער רוחמה ליבא.

ער איז גערופן געווארן מיטן נאמען חנניה יוסף עקיבא נאך זיינע ביידע זיידעס רבי עקיבא יוסף שלעזינגער אין רבי חנניה יוסף הלפרין.

ער איז חתונה געהאט צו מרת אסתר א טאכטער פון רבי שלמה צבי אטיק, א קארלינער חסיד, פאטער פון הגאונים, רבי מנדל אין רבי אברהם זצ"ל.

ביי זיינע יונגע יאהרן האט ער זיך מסתופף געווען ביים ביאלא רבין' רבי יחיאל יהושע ראבינאוויטש ווא האט איהם זייער מחשיב געווען אין אוועק געשטעלט צו שטיין בראשות דו חבורות פון דו יונגעלייט אין אלטס מדריך חתנים אין דו חסידות.

נאך זיין רעבינס פטירה האט ער זיך געדרייט אין געווען א תלמיד מובהק פון רבי אשר פרייינד, אין ביי איהם האט ער קונה געווען השקפה אין דרכי החסידות.

נאך בחיי אביו האט ער אויף געשטעלט זיין בית מדרש "דרכי צדק" וואס האט אויך געדינט אלטס א ישיבה פאר לימוד תורת הנסתר, ווי דער רבי פלעגט אלטס איבער געבין שיעורים אין תורת הקבלה.

ער איז בייקאנט מיט זיין געוואלדיגע ידיעות אין תורת הקבלה, אין אויך אין ספרי חסידות, עקסטער איז באוווסט זיין בקיאות און דביקות ביי דו ספר הקדוש פרי הארץ, וואס ער זעהט זיך אן אלטס א תלמיד פונעם מחבר, רבי מענדל'ה וויטעבסקער.

ער איז א שארפע קנאי, און לוחם קעגן דו מדינה הציונית, א טייל זאגן אז ער שטיצט זו פרויען וואס גייען אונגעטהון א שאל.