נָדָב געווען דער צווייטער קעניג פון מלכות ישראל, דער זון פון ירבעם, און דער לעצטער קעניג פון בית ירבעם. ירבעם האט געהאט נאך א זון, אביה, וועלכער איז געשטארבן יונגערהייט ביים לעבן פון ירבעם[2]. עס איז מעגליך אז ירבעם האט גערופן זיינע קינדער מיט די נעמען נאך נדב און אביהו די קינדער פון אהרן הכהן, ארויסצוברענגען אז לויט זיין מיינונג האבן זיי נישט געזינדיגט מיט די "אש זרה" וואס זיי האבן געברענגט[3].

נדב בן ירבעם
מדינה מלכות ישראל
נהרג ב'תתקפ"ו
גבתון
בית ירבעם דינאסטיע
פאטער ירבעם בן נבט


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פירער פאזיציע

פאראמעטער [ מנהיג דת בתקופה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

2'טער מלך ישראל
ב'תתקפ"הב'תתקפ"ו

נדב האט געקעניגט בלויז צוויי אפגעהאקטע יאר, פון יאר ב'תתקפ"ה ביז ב'תתקפ"ו[א]. ער איז אנגעגאנגען מיט די שלעכטע מעשים פון זיין פאטער ירבעם, סיי מיט די עגלים וואס ירבעם האט אויפגעשטעלט און סיי מיט אנדערע שלעכטס[5]: ”וַיַּעַשׂ הָרַע בְּעֵינֵי ה' וַיֵּלֶךְ בְּדֶרֶךְ אָבִיו וּבְחַטָּאתוֹ אֲשֶׁר הֶחֱטִיא אֶת-יִשְׂרָאֵל”[6].

אין די צווייטע יאר פון זיין קעניגרייך איז ער גע'הרג'עט געווארן דורך זיין הויפט גענעראל בעשא, אין די צייט וואס זיי האבן באלאגערט די פלשתים אין גבתון. בעשא האט דערנאך אויסגע'הרג'עט גאנץ בית ירבעם און פארכאפט דעם טראן. מיט דעם איז ערפילט געווארן די נבואה פון אחיה השילוני, וואס האט פאראויס געזאגט אז בית ירבעם וועט פארטיליגט ווערן צוליב זייערע זינד.

אין זיין צייט איז אין מלכות יהודה געווען דער קעניג אסא בן אבים.

נאטיצן

  1. לויט דער חשבון פון סדר עולם און אנדערע. לויט דער רד"ק, דאקעגן, האבן זיך די צוויי יאר אנגעהויבן צען יאר נאך זיין פאטערס טויט, ווייל ביז דאן איז ער נאכנישט געווען קעניג, אדער האט זיין קעניגרייך זיך נאכנישט אוועקגעשטעלט[4].

רעפערענצן

  1. לויט סדר הדורות הקצר, מהדורת תשס"ו עמ' 44.
  2. מלכים א' יד
  3. דוב קמחי, אנציקלופדיה לאישים בתנ"ך, ערך נדב
  4. רד"ק, מלכים א' טז, לג
  5. מלבי"ם, מלכים א' טו, כו
  6. מלכים א' טו, כו