רוי:סקינהעד

ווערסיע פון 15:43, 1 אויגוסט 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (צוריקדריי צו ווערסיע 256744 פון 11:52, יולי 9, 2023 דורך אחד יחיד: פארוואס דאס מעקן?)

סקינהעדס זענען געווענליך גרופּעס מענטשן מיט אָפּגעגאָלטע קעפּ. זיי זענען אין אלגעמיין עקסטרעם ראַסיסטיש אדער אפילו נאצי געשטימט ליידיגייער באמס וועלכע באַשטייען הויפּטזעכליך פון יונגע שקצים מערסנטס פון יוגנטליכע בויעס וועלכע דרייען זיך אַרום אן קיין עול פון פרנסה מיט דאגות פון ראסע.

די געגאָלטע זענען אַפיר געקומען דאָס ערשטע מאָל אין ענגלאַנד אין די אָנהייב זיבעציגער יאָרן, די גרופּע איז באַשטאַנען פון יוגנטליכע אַרבייטסלאָזע וועלכע האָבן רעוואָלטירט קעגן דער נאָרמאַלער געזעלשאַפט. ס'האָט געהייסן אַז זיי זענען אין כעס אויף דער רעגירונג פאַר זייער אַרבייטלאָזער צושטאַנד. זייער הויפּט ציל פאַר געוואַלדטאַטן זענען געווען אַזיאַטישע און אַפריקאַנער אימיגראַנטן וועלכע האָבן לויט זייער מיינונג צוגענומען ביי זיי די אַרבייטס פּלעצער.

אין אַמעריקע איז די גרופּע אַפירגעשווימען אין די אַכציגער יאָרן, פון לאַבוסעוואַטע יוגנטליכע, וואָס קומען פון צובראָכענע היימען.

די סקינהעדס האָבן אין אָנהויב געזאָלט זיין די זעלבע וואָס די היפּיס זענען געווען אין די זעכציגער יאָרן, נעמליך אַ פּראָטעסט אויסדרוק קעגן די רעגירונג.

זיי האָבן דעריבער – פאַרקערט פון די "היפּיס" וואָס האָבן זיך געלאָזט וואַקסן לאַנגע האָר – אָפּגעגאָלט ביזן ביין, ווי אויך האָבן זיי, אַנדערש ווי די היפּיס, אַדאָפּטירט ווילדקייטן, רוישיגע מוזיק און ווילדע אַטאַקעס.

די "געגאָלטע קעפּ" זענען אַ גרופּע פאַר זיך אָבער זיי זענען זייער עקסטרעם און אכזריות'דיג. זייערע קינדערישע יאָרן וועלכע האָט זיך געווענליך אָפּגעשפּילט אין אַ צובראָכן הויז וואו עס איז נישט געווען קיין טאַטע מאַמע ברענגט זיי נישט צו וויסן פון קיין רחמנות אָדער דאָס מינדענסטע מענטשהייט. אַסאַך פון די חברה זענען שוין באַגאַנגען געוואַלדטאַטן, געשטאָכן מענטשן, דורכגעפירט מאָרדן און טעראָר אַקטן ווי אויך קאָנספּיראַציע קעגן די רעגירונג.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!