שבת חזון

ווערסיע פון 12:17, 26 יולי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (אויסשטעל (לכאורה נאר ביי חסידים))

שבת חזון איז דער שבת פאר תשעה באב און דער לעצטער פון די תלת דפורענותא שבתים. עס געפאלט אויס אינמיטן די ניין טעג, און פון די שבת און ווייטער הייבט זיך אן שבוע שחל בו תשעה באב, וועלכע האט הארבערע דיני אבלות. די פרשת השבוע פון דעם שבת איז אלעמאל פרשת דברים.

דער שבת ווערט אזוי גערופן ווייל דעמאלט זאגט מען אין רוב קהילות די הפטורה פון "חזון ישעיהו בן אמוץ" (ישעיהו א), וואו השי"ת מוסר'ט די אידן אויף זייערע שלעכטע מעשים וועלכע ברענגען צו דעם חורבן בית המקדש, און ער זאגט פאר אז נאר נאך די שווערע שטראפן וואס ער וועט זיי געבן וועלן זיי צוריקקומען צו זייער ריכטיגן שטאנד.

מקור און הפטורה

שבת חזון איז דער לעצטער פון די "תלת דפרענותא", די הפטורות פון שטראף רייד וואס מען זאגט אין די דריי שבתות פאר תשעה באב[1]. מען טרעפט שוין אין די צייטן פון די ראשונים אז דער שבת איז געווארן גערופן "שבת חזון"[2].

דער מנהג איז אז דער רב פון שטאט זאגט די הפטורה פון חזון[3]. דער טעם איז ווייל עס שטייט דארט "שָׂרַיִךְ סוֹרְרִים", וואס מיינט אז די מנהיגי ישראל זענען ווידערשפעניגער, און עס איז בעסער צו ווערן פארשעמט פון זיך אליין ווי איידער פון א צווייטן[4].

אין טייל קהילות תימן פירט מען זיך אז מען ליינט שוין "חזון" אין די צווייטע שבת פון בין המצרים, און אין דעם שבת פאר תשעה באב הייבט מען אן פון "אֵיכָה הָיְתָה לְזוֹנָה" (פסוק כא)[5].

אין טייל קהילות אין צפון אפריקע זאגט מען די הפטורה פון "מַשָּׂא גֵיא חִזָּיוֹן" (ישעיהו כב, א–יד)[6].

מנהגים

טראץ דעם וואס אין שבת גייט נישט אן קיין דיני אבילות, אין דעם שבת פירן זיך א טייל קהילות מיט פארשידענע מנהגים וועלכע דערמאנען די אבילות. דער רמ"א זאגט אז מען טוט נישט אן די בגדי שבת דעם שבת, און אין טייל אשכנז'ישע פלעצער פירט מען זיך נאך אזוי אז מען טוישט נאר די העמד. אבער אין רוב פלעצער פירט מען זיך נישט אזוי[7]. אבער די יום טוב'דיגע בגדים טאר מען זיך נישט אנטוהן[8]. אויך די פרוכת פירט מען זיך אין רוב פלעצער צו לייגן די געווענליכע פרוכת, אויסער ווען תשעה באב געפאלט אין שבת איז דא פלעצער וואו מען לייגט די וואכענדיגע פרוכת[9].

אזוי אויך זענען דא אשכנז'ישע פלעצער וועלכע פירן זיך אז מען ליינט אין די תורה די פסוק "איכה אשא לבדי טרחכם ומשאכם וריבכם" וואס מען ליינט די וואך מיטן נוסח פון מגילת איכה, אזוי אויך די הפטורה זאגט מען מיט די טראפן פון מגילת איכה, און מען זינגט דעם פיוט לכה דודי מיטן ניגון פון "אלי ציון ועריה".

אין מערב אשכנז'ישע פלעצער זאגט מען דעם שבת די פיוטים וואס מען זאגט פאר שבועות, דאס הייסט דער פיוט אהבה "אותך כל היום קוינו" פון רבי אפרים בן יצחק מרגנשבורג און "א-להים באזנינו שמענו" פונעם ראב"ן. אזוי אויך אין רוב פון די קהילות זאגט מען "אב הרחמים" נאר אין די שבת, און אינעם שבת פאר שבועות[10]. אין טייל אשכנז'ישע קהילות זאגט מען אויך א קורצן יזכור דעם שבת[11].

די ספרדים פירן זיך ווי דער מחבר אז שבת פאר א תענית מאכט מען אן הכרזה צו מודיע זיין ווען דער תענית געפאלט, אבער שבת פאר תשעה באב איז איינע פון די דריי פעלער ווען מען רופט נישט אויס[12], און די טעם איז ווייל די תענית איז באקאנט פאר יעדעם איינעם צוליב דעם וואס מען גרייט זיך שוין צו דעם דריי וואכן בעפאר[13].

אין חסידות

אין חסידישע פלעצער האט מען ארויסגעהויבן די גרויסקייט פון דעם שבת. חסידישע רביים האבן געזאגט אז די שבת איז די גרעסטע שבת פון יאר, צוליב דעם וואס פאר מען געזעגנט זיך פון א נאנטן איז די ליבשאפט אסאך גרעסער, און תשעה באב ווערט נתעורר דאס גיין פון אידן אין גלות און ווערן דערווייטערט פונעם אויבערשטן, דעריבער איז פארדעם דא א גרעסערע ליבשאפט צווישן דעם אויבערשטן און די אידן[14]. אין צאנז איז מען געפארן דעם שבת צו צדיקים[15].

אזוי אויך שטייט פון צדיקים אז די שבת זאל מען דאווענען מיט גרויס כוונה, ווייל אין דעם שבת ווערן נתעלה אלע תפילות פון א גאנץ יאר[16].

עס זענען דא וואס פירן זיך צו מקבל שבת זיין פריער דעם שבת[17].

רעפערענצן

  1. טור, אורח חיים, סימן תכ"ח בשם הפסיקתא
  2. ספר הרוקח סימן שיא; תשובת הריב"ש סימן קי"ב.
  3. מגן אברהם, אורח חיים, סימן רפ"ב
  4. ליקוטי חבר בן חיים
  5. אזוי האלט דער רמב"ם,
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם

    פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".משנה תורה לרמב"ם, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק י"ג, הלכה י"ט. אין די רשימה פון הפטורות אין רמב"ם סוף ספר אהבה דערמאנט ער אינגאנצן נישט די הפטורות פון די תלת דפרענותא, נאר ער רעכנט אויס הפטורות בשייכות צו די פרשיות.
  6. מען טרעפט שוין אזא מנהג אין די ווערטער פון רב שרירא גאון (אוצרות הגאונים, מגילה סימן רמ"ב).
  7. דער רמ"א סימן תקנ"א סעיף א' איז מחמיר, אבער דער גר"א האלט אז מען זאל יא אונטוהן די שבת'דיגע בגדים, און ביי חסידים האט מען זיך אויך אזוי געפירט
  8. אשל אברהם (בוטשאטש)
  9. רמ"א סימן תקנ"א ס"א, וכ"ה בנטעי גבריאל במנהג קהילת פאפא
  10. סדר עבודת ישראל, רעדלהיים תרכ"ח, עמ' 233
  11. מחזור שבחי ישורון, נוא יארק תשע"ו, עמ' 549 ואילך.
  12. מחבר אין שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תק"נ, סעיף ד'
  13. ארחות חיים
  14. אוהב ישראל
  15. י"ג אורות לבית צאנז עמ' רנג
  16. תכלת מרדכי (בערזשאן) בשם רבי אורי מסטרעליסק זצ"ל
  17. בנין שלמה בשם הרבי מהרא"י מסאדיגורא זצ"ל, ובגליון פרי הכרם בשם הרבי מהר"ש מבאבוב זצ"ל