די ישיבה גדולה אין קרית יואל, ווי מ'רופט זי "די קרית יואל'ער ישיבה", איז די אפיציעלע ישיבה פון סאטמאר זינט תש"מ, אנגעפירט דורך הרב אהרן טייטלבוים שליט"א, רב און סאטמארער רבי פון קרית יואל זינט תשמ"א, ביז דאן איז דער ראש ישיבה געווען, ר' מרדכי זילבערשטיין, און בעפאר הרב נתן יוסף מייזעלס ז"ל.

די ישיבה איז היינט איינגעטיילט אין 5 אפטיילונגען ווי פאלגנד: די ערשטע דריי יארגאנגען פון דער ישיבה 17/18/19 זענען איינגעטיילט צווישן דריי מנהלים, הרב דוד שלמה עקשטיין שליט"א, הרב לוי יצחק בארזעסקי שליט"א, הרב הלל ראבינאוויטש שליט"א. די בחורים אין עלטער פון 20 יאר לערנען אין שיעור ג' אונטער הרב אשר זעליג פאכטמאן שליט"א פון מאנסי, די בחורים פון 21 און ארויף לערנען אין א באזונדערער ישיבה אפטיילונג אויף דער חברון גאס אונטער דעם מנהל הרב רבי ארי דוב קארנבלי שליט"א

די אינגערע בחורים פון וויליאמסבורג לערנען אין די קלענערע ישיבות. ווי באר התורה, היכל התורה, נזר התורה, כתר התורה און דערנאך איין יאר אין ישיבה לצעירים וואס ווערט אנגעפירט דורך מנחם מענדל טייטלבוים, דעם עלטסטן זון פון סאטמאר רבין רבי אהרן. פון דארט קומען זיי שפעטער אריין אין דער קרית יואל ישיבה ביז דער חתונה.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!