רוי:רבי אלחנן היילפרין

ווערסיע פון 11:07, 23 יולי 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ש"ך" ב־"ש"כ")
רבי אלחנן היילפרין

רבי אלחנן היילפרין (כ"ה כסלו ה'תרפ"ב - כ"ט שבט ה'תשע"ה) איז געווען גאב"ד ראדומישלא, רב פונעם ביהמ"ד "בית שמואל" אין גאלדערס גרין און דער נשיא פון התאחדות קהלות החרדים, לאנדאן.

לעבנסגעשיכטע

רבי אלחנן היילפרין איז געבוירן א' חנוכה תרפ"ב אין קאשוי, טשעכאסלאוואקיי (היינט סלאוואקיי), צו זיין פאטער רבי דוד היילפרין, דאבשיצער רב, און זיין מוטער מינדל, א טאכטער פון רבי שמואל ענגיל פון ראדאמישל און קאשוי. אין קאשוי איז ער געווארן נאענט צום סטראפקאווער רבי'ן.

ער איז געקומען אין לאנדאן, ענגלאנד אין תרצ"ט, וואו ער איז געווען א הויז בחור ביים שאצער רבי'ן. ער האט חתונה געהאט מיט הענא חיה, די טאכטער פון רבי נחום לידזערווסקי, און אלעקסאנדער חסיד.

אין אלול תש"ב האט ער זיך געצויגן קיין גאלדערס גרין, וואו ער האט געעפנט זיין בית מדרש "בית שמואל" וואס איז היינט פון די גרעסטע בתי מדרשים אין גאלדערס גרין.

אין תש"כ האט ער געגרינדעם די "פרדס הויז שולע" אויפן נאמען פון רבי אברהם ישכר הלוי פרדס, אב"ד פון דענקאוו, פוילן.

ער האט ארויסגעגעבן דאס ספר "שיחתן של עבדי אבות" וואס ברענגט אסאך רבישע עובדות.

טבת תשע"ה איז ער געווארן קראנק אין די נירן, און כ"ט שבט איז ער נפטר געווארן אין לאנדאן. מ'האט אים געפירט אין ארץ ישראל צו קבורה אין הר הזיתים.[1]

משפחה

רבי אלחנן היילפרין און זיין ווייב הענא חיה האבן געהאט פינף זין און פיר טעכטער:[2]

  • מרת נחמה מרים, דאס ווייב פון רבי מנחם נחום טווערסקי, טשערנאבילער רבי אין בני ברק
  • רבי יצחק אריה לייביש היילפרין, רב פון "אשל ברמה" אין רמות, ירושלים. איידעם ביי רבי שמואל אונסדארפער
  • מרת חנה שפרינצא, דאס ווייב פון רבי שמעון לעמבערגער, רב פון קרית אתא און מאקאווער רב
  • מרת לאה מינדל, דאס ווייב פון רבי חיים אלטער דוד לייפער, נאדווארנער רבי פון חיפה
  • רבי ישראל שמואל דוד נחום היילפרין (געב' תש"ח), רב אין ביהמ"ד בית אלחנן  הענדאן, לאנדאן, ענגלאנד. איידעם ביי רבי צבי הירש מייזלס, ווייצענער רב.
  • מרת רבקה שלאמצי (געב' תש"ט), דאס ווייב פון רבי יוסף משה שניאורסאן, טשעבינער ראש ישיבה
  • רבי חיים אהרן צבי היילפרין, רב דביהמ"ד דברי חיים לאנדאן. איידעם ביי רבי מנחם מענדיל שנייבאלג פון מאנטשעסטער.
  • רבי שלום יוסף היילפרין, גאב"ד ראדאמישלא אין ניו יארק
  • רבי משה יהודה דוב היילפרין, גאב"ד ראדאמישלא, ממלא מקום אין זיין פאטער'ס בית המדרש בית שמואל, לאנדאן. איידעם ביי רבי משה חיים בראנסדארפער, ראש כולל פונעם גאלדערס גרינער כולל.

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. אהרן יונג, ‏פטירה פון רבי אלחנן היילפרין, אויף JDN‏, כ"ט שבט תשע"ה (העברעאיש)
  2. "המודיע", ז' אדר תשע"ה

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!