רוי:ניטל
ניטל אדער וויינאַכט[1] (פון דייטשיש: Weihnachten; ענגליש: Christmas) איז א יערליכע חגא וועלכע איז אנגענומען ביי אלע קריסטליכע שיכטן און וואס זיי פייערן אום צו באצייכענען דעם געבורט פון ישו פון נצרת.
עטימאלאגיע
עס איז פאראן עטליכע טעאריעס פון וואנעט נעמט זיך דער נאמען "ניטל" אין יידיש:
- עס קומט פונעם העברעאיש ווארט נתלה, וואס באדייט "געהאנגענער", מרמז צו זיין אויף "אותו האיש" וואס מען האט געהאנגען.
- ווייל ס'איז ליל "נטילתו" ועקירתו מן העולם, טייטש: די נאכט ווען ער איז אוועקגענומען געווארן פון דער וועלט.
- ראשי תיבות נולד ישו ט' לטבת, לויט די דעה אז ער איז דעם טאג געבוירן.
- נאכן פסוק ישב בדד וידום כי "נטל" עליו, נעמליך אז מ'לערנט נישט.
ביי אידן
ס'איז געווען דער מנהג ביי יודן אין די אשכנזישע לענדער נישט צו לערנען די נאכט פאר תקופת טבת (ניטל נאכט). היינט צו טאג איז דער כמעט נאר געבליבן ביי די חסידישע אידן. בדרך רמז זאגט מען אז ניטל איז ראשי תיבות יודן טארן נישט לערנען.
טעמים
עטליכע טעמים ווערן אנגעגעבן פארוואס מען לערנט נישט אין ניטל, איין טעם איז אז עס הערשט דעמאלטס א גרויסע טומאה אויף דער וועלט און די תורה גייט פארן השפעה פונעם סטרא אחרא.
די אריגינעלע סיבה איז געווען פאר זיכערהייטס סיבות. ווייל די גוים זענען דאן ארויס פון קירכעס נאך זייערע צערעמאניעס אום קראצמעך און זיי זענען אפט געווען אנגערייצט אויף די יודן פארן הארגענען זייער אפגאט, ממילא האט מען איינגעפיהרט אז מען זיצט נישט אין ביהמ"ד נאר יעדער זאל זיין פארשפארט ביי זיך אינדערהייים.
אין פוילן און אנדערע קאטוילישע לענדער, איז ניטל-נאכט געווען דעם 24סטן דעצעמבער ביינאכט, און אין רוסלאנד און אנדערע פראוואסלאוונע לענדער דעם 5טן יאנואר.
דער טעם פון די צוויי ניטלען האט צו טון ווייל די קאטאליקן פייערן זייער חגא לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר און די פראוואסלאוונע לויטן יוליאנישן קאלענדאר.
פארשידענע מנהגים
טייל לייגן זיך שלאפן פריה און שטייען אויף ביי חצות צו לערנען. אנדערע לערנען נישט ביז צופריה און ס'דא וואס פיהרן זיך ביז צוועלף דעם אנדערן טאג.
דער בעלזער רב פלעגט זאגן תורה ניטל ווען עס איז געפאלן שבת, ער האט געזאגט אז זיינע תורות זענען תפילות אויף כלל ישראל, ממילא הייסט עס נישט געלערנט ניטל.
רעפערענצן
- ↑ אין יידיש ווערט עס אפט גערופן קראַצמעך, כאטש דאס ווארט "קראַצמעך" ווערט נישט פארעכנט אלס אן עמטליך יידיש ווארט
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!