לא תתורו
לא תתורו איז א לא תעשה פון די תורה וואס פארבאט צו אריינטראכטן אין געדאנקען וועלכע קענען צוברענגען דעם מענטש צו לייקענען אין איינע פון די עיקרי אמונה, און צו נאכגיין די אייגענע גלוסטענישן וואס קען צוברענגען דעם מענטש צו עובר זיין אויף די תורה.
מקרא | במדבר טו, לט |
---|---|
ברייתא | ספרי אויף במדבר טו, לט (פיסקא קטו) |
תלמוד בבלי | נדרים כ, ב |
תלמוד ירושלמי |
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:ירושלמי פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:ירושלמי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".תלמוד ירושלמי, מסכת ברכות, פרק א', הלכה ה' |
משנה תורה |
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:רמב"ם פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".משנה תורה לרמב"ם, הלכות עבודה זרה וחוקות הגויים, פרק ב', הלכות א'–ג' |
ספרי מניין המצוות |
ספר המצוות, לאו מ"ז ספר החינוך, מצוה שפ"ז סמ"ג לאו ט"ו |
מקורות נוספים | מלבי"ם, במדבר טו, לט |
מקור פון די מצוה
דער מקור פון די מצוה איז אין פרשת שלח: ”וְלֹא תָתֻרוּ אַחֲרֵי לְבַבְכֶם וְאַחֲרֵי עֵינֵיכֶם אֲשֶׁר אַתֶּם זֹנִים אַחֲרֵיהֶם”[1]. חז"ל דרש'נען דעם פסוק "ולא תתורו אחרי לבבכם" - זו מינות, ..."ואחרי עיניכם" - זו זנות[2]
טייל ראשונים רעכענען "אחרי לבבכם" און "אחרי עיניכם" פאר צוויי באזונדערע מצוות[3], אבער רוב ראשונים רעכענען עס פאר איין מצוה.
איינצלהייטן פון די מצוה
אחרי לבבכם
"אחרי לבבכם" איז דער איסור אז דער מענטש זאל נישט אריינטראכטן אין געדאנקען וועלכע קענען אים גורם זיין צו לייקענען איינע פון די עיקרי אמונה, ווייל דער מענטש'ס שכל איז באגרעניצט, און נישט אלע קענען אנקומען צום אמת. צום ביישפיל, אמאל וועט א מענטש אריינטראכטן אין עבודה זרה אדער אין יחוד השם צי עס איז אזוי אדער נישט, א.א.וו. און ווייל ער ווייסט נישט די וועגן וויאזוי צו דן זיין דערין וועט ער אנקומען צו מינות[4].
(((כדי להתלמד, ובאופן אקראי, להרחיב בזה))))
אחרי עיניכם
די ראשונים ערקלערן אז "אחרי עיניכם זו זנות" מיינט אז דער מענטש זאל זיך נישט אריינטון דעם קאפ אין עולם הזה'דיגע גלוסטענישן אן א ציל אז ער זאל זיין געזונט און ער זאל קענען דינען דעם אויבערשטן[5][6].
טייל ראשונים לערנען ארויס פון דא דער איסור הסתכלות אין אן אשת איש[7].
טייל ראשונים לערנען אבער אז דאס איז אן איסור צו טראכטן צו טון סיי וועלכע עבירה[8].
ביי וועם און ווען גייט אן די מצוה
די מצוה גייט אן סיי ביי זכרים און ביי נקיבות[9]
די מצוה איז איינע פון די מצוות תמידיות וואס א מענטש דארף אלעמאל מקיים זיין[10].
מלקות
מען באקומט נישט קיין מלקות אויף דעם לאו, וויבאלד עס איז נישט קיין באשטימטע זאך וואס מ'קען אנווארענען א מענטש דערויף[6], און אויך ווייל עס איז א לאו שאין בו מעשה[11][6], און אויך ווייל עס איז א לאו שבכללות[12].
רעפערענצן
- ↑ במדבר טו, לט
- ↑ ספרי אויף במדבר טו, לט; ברכות יב, ב
- ↑ סמ"ק סימן יב און סימן ל
- ↑ משנה תורה שם
- ↑ ספר המצוות, לא תעשה מ"ז
- ↑ 6.0 6.1 6.2 ספר החינוך, מצוה שפ"ז
- ↑ אגרת התשובה לרבינו יונה; סמ"ק סימן ל, זעט דארט וואו ער זאגט אז דער איסור איז נאר "לשם זנות", אבער אנדעם איז עס נאר דער איסור פון "ונשמרת מכל דבר רע", אבער זעט אין חכמת אדם כלל קכז אות ב וואו ער האלט אז אלע הרהורים גייען אויך אריין אינעם איסור פון "ולא תתורו"
- ↑ שערי תשובה שער ג' אות מא. זעט אין פירוש הגר"י פערלא אויפן רס"ג לא תעשה א, וואו ער לערנט אז אזוי האלטן אויך דער רמב"ם, סמ"ג, ספר החינוך, און דער רס"ג אליין, אבער דער רס"ג האלט אז דאס איז נאר אן אסמכתא.
- ↑ ספר החינוך מצוה שפז
- ↑ ביאור הלכה אורח חיים סימן א, בשם ספר החינוך
- ↑ סמ"ג לאו ט"ו
- ↑ דינא דחיי לסמ"ג לאוין טו, בשם משמרת מצוה; עצי ארזים אה"ע כא א